Page 63 - Yekhezkel
P. 63
יחזקאל
און דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון האָבן זײ געקריװדעט,
און דעם פֿרעמדן האָבן זײ געדריקט מיט אומרעכט.
30און איך האָב געזוכט צװישן זײ אַ מאַן
װאָס זאָל אַרומצאַמען אַ צאַם,
און זיך שטעלן פֿאַר מיר אין דעם בראָך פֿאַרן לאַנד,
אַז איך זאָל עס ניט אומברענגען;
אָבער איך האָב ניט געפֿונען.
31דרום האָב איך אױסגעגאָסן אױף זײ מ ַײן צאָרן;
מיט דעם פֿ ַײער פֿון מ ַײן גרימצאָרן האָב איך זײ פֿאַרלענדט:
זײער װעג האָב איך פֿאַרגאָלטן אױף זײער קאָפּ,
זאָגט גאָט דער האַר.
1און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
2מענטשנקינד ,עס ז ַײנען געװען צװײ פֿרױען ,טעכטער פֿוןכג
אײן מוטער 3 .און זײ האָבן מזנה געװען אין מצ ַר ִים; אין זײער יוגנט
האָבן זײ מזנה געװען; דאָרטן ז ַײנען זײערע בוזעמס געדריקט
געװאָרן ,און דאָרטן האָט מען געקװעטשט זײערע מײדלשע בריסט.
4און זײערע נעמען ז ַײנען געװען :די גרעסערע – אָה ָלה ,און איר
שװעסטער – אָהליבֿה .און זײ ז ַײנען געװאָרן מ ַײנע ,און האָבן
געבאָרן זין און טעכטער .און זײערע נעמען :שומרון איז אָה ָלה ,און
ירושלים איז אָהליבֿה.
5און אָה ָלה האָט מזנה געװען הינטער מיר ,און האָט געגלוסט צו
אירע ליבהאָבער ,צו די אַשורים ,קריגסל ַײט אָנגעטאָן אין בלאָען,
דוכּסים און פֿירשטן ,שײנע יונגען אַלע ,ריטער װאָס ר ַײטן אױף
פֿערד 6 .און זי האָט אַװעקגעגעבן איר זנות אױף זײ ,געקליבענע זין
פֿון אשור אַלע; און אַלע צו װעמען זי האָט געגלוסט ,האָט זי זיך
פֿאַראומרײניקט מיט אַלע זײערע אָפּגעטער 8 .און איר זנות מיט
מצ ַר ִים האָט זי ניט פֿאַרלאָזן ,װאָרום זײ ז ַײנען מיט איר געלעגן אין
איר יוגנט ,און זײ האָבן געדריקט אירע מײדלשע בריסט ,און
אױסגעגאָסן זײער זנות אױף איר 9 .דרום האָב איך זי איבערגעגעבן
אין דער האַנט פֿון אירע ליבהאָבער ,אין דער האַנט פֿון די זין פֿון
אשור ,װאָס זי האָט צו זײ געגלוסט 10 .זײ האָבן אַנטפּלעקט איר
שאַנד; אירע זין און אירע טעכטער האָבן זײ צוגענומען ,און זי האָבן