Page 64 - Yekhezkel
P. 64
יחזקאל
זײ מיטן שװערד געטײט; און זי איז געװאָרן אַ צונעמעניש ב ַײ
װ ַײבער .אַזױ האָט מען געטאָן אַ משפּט אױף איר.
11און איר שװעסטער אָהליבֿה האָט דאָס געזען ,אָבער זי איז געװען
פֿאַרדאָרבענער אין איר געלוסט פֿון יענער ,און אין איר זנות מער
פֿון דער זנות פֿון איר שװעסטער 12 .צו די זין פֿון אשור האָט זי
געגלוסט ,דוכּסים און פֿירשטן ,קריגסל ַײט אָנגעטאָן פּראַכטיק,
ריטער װאָס ר ַײטן אױף פֿערד ,שײנע יונגען אַלע 13 .און איך האָב
געזען אַז זי איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן – אײן װעג ב ַײ זײ בײדן.
14און זי האָט נאָך געמערט איר זנות ,װאָרום זי האָט געזען מענער
אױסגעקריצט אױף דער װאַנט ,בילדער פֿון ַכּשׂדים געצײכנט מיט
רױטער פֿאַרב 15אָנגעגורט מיט גאַרטלען אױף זײערע לענדן ,מיט
אַראָפּגעהאַנגענע טורבאַנען אױף זײערע קעפּ ,מיטן אױסזען פֿון
עלטסטע אַלע – די געשטאַלט פֿון די זין פֿון ָבבֿל ,װאָס ַכּשׂדים איז
דאָס לאַנד פֿון זײער געבורט 16 .און זי האָט צו זײ געגלוסט ,װי
אירע אױגן האָבן זײ דערזען ,און זי האָט געשיקט שלוחים צו זײ קײן
ַכּשׂדים 17 .און די זין פֿון ָבבֿל ז ַײנען צו איר געקומען צום
ליבשאַפֿטגעלעגער ,און זײ האָבן זי פֿאַראומרײניקט מיט זײער זנות;
און זי איז אומרײן געװאָרן פֿון זײ ,ביז איר זעל האָט זיך אָפּגעעקלט
פֿון זײ 18 .און אַז זי האָט אַנטפּלעקט איר זנות און אַנטפּלעקט איר
שאַנד ,האָט מ ַײן זעל זיך אָפּגעעקלט פֿון איר ,אַזױ װי מ ַײן זעל האָט
זיך אָפּגעעקלט פֿון איר שװעסטער 19 .און זי האָט נאָך געמערט איר
זנות ,זיך צו דערמאָנען אָן די טעג פֿון איר יוגנט ,װען זי האָט מזנה
געװען אין לאַנד מצ ַר ִים 20 .און זי האָט געגלוסט צו זײערע
קעפּסמענער ,װאָס פֿלײש פֿון אײזלען איז זײער פֿלײש ,און אױסגוס
פֿון פֿערד איז זײער אױסגוס 21 .און דו האָסט געבענקט נאָך דער
שענדלעכקײט פֿון ד ַײן יוגנט ,װען מע האָט געדריקט אין מצ ַר ִים
ד ַײנע בריסט פֿון װעגן ד ַײן יונגן בוזעם.
22דרום ,אָהליבֿה ,האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:
זע ,איך דערװעק אױף דיר ד ַײנע ליבהאָבער,
די װאָס ד ַײן זעל האָט זיך אָפּגעעקלט פֿון זײ,
און איך װעל זײ ברענגען אױף דיר פֿון רונד אַרום:
23די זין פֿון ָבבֿל ,און אַלע ַכּשׂדים,
פּקוד און שוֹ ַע און קוֹ ַע,
אַלע זין פֿון אשור מיט זײ,