Page 60 - Yekhezkel
P. 60
יחזקאל
1און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
2און דו מענטשנקינד,כב
װילסטו משפּטן ,װילסטו משפּטן די בלוטיקע שטאָט?
טאָ לאָז זי װיסן אַלע אירע אומװערדיקײטן.
3און זאָלסט זאָגן :אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
דו שטאָט װאָס פֿאַרגיסט בלוט אין איר מיט,
כּדי איר צ ַײט זאָל קומען,
און מאַכט ב ַײ זיך אָפּגעטער,
אומרײן צו װערן,
4מיט ד ַײן בלוט װאָס דו האָסט פֿאַרגאָסן,
האָסטו זיך פֿאַרשולדיקט,
און מיט די אָפּגעטער װאָס דו האָסט געמאַכט,
ביסטו אומרײן געװאָרן,
און האָסט דערנענטערט ד ַײנע טעג,
און ביסט געקומען צו ד ַײנע יאָרן;
דרום האָב איך דיך געגעבן צו שאַנד ב ַײ די פֿעלקער,
און צו שפּאָט ב ַײ אַלע לענדער.
5נאָנטע און װ ַײטע פֿון דיר װעלן שפּאָטן פֿון דיר,
דו מיטן אומרײנעם נאָמען ,דו פֿילטומלדיקע.
6זע ,די פֿירשטן פֿון ישׂראל ,איטלעכער לױט ז ַײן אָרעם,
ז ַײנען אין דיר געװען כּדי בלוט צו פֿאַרגיסן.
7פֿאָטער און מוטער האָט מען גרינגגעשאַצט אין דיר,
קעגן פֿרעמדן האָט מען זיך באַגאַנגען מיט רױב אין ד ַײן מיט,
אַ יתום און אַן אלמנה האָט מען געקריװדעט אין דיר.
8מ ַײנע הײליקײטן האָסטו פֿאַראַכט,
און מ ַײנע שבֿטים האָסטו פֿאַרשװעכט.
9רכילות-טר ַײבער ז ַײנען געװען אין דיר
כּדי בלוט צו פֿאַרגיסן;
און אױף די בערג האָט מען געגעסן ב ַײ דיר:
שענדלעכקײט האָט מען געטאָן אין ד ַײן מיט.
10דעם פֿאָטערס שאַנד האָט מען אַנטפּלעקט אין דיר,
אַן אומרײנע אין איר אָפּזונדערונג האָט מען געשענדט אין דיר.
11און איטלעכער מיט ז ַײן חבֿרס װ ַײב
האָט אומװערדיקײט באַגאַנגען,
און איטלעכער האָט ז ַײן שנור
פֿאַראומרײניקט ,מיט שענדלעכקײט,