Page 55 - Yekhezkel
P. 55
יחזקאל
42און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה,
װען איך ברענג א ַײך אױף דער ערד פֿון ישׂראל,
אין דעם לאַנד ,װאָס איך האָב אױפֿגעהױבן מ ַײן האַנט,
עס צו געבן צו א ַײערע עלטערן.
43און איר װעט דאָרטן דערמאָנען א ַײערע װעגן,
און אַלע א ַײערע מעשׂים,
װאָס איר האָט זיך פֿאַראומרײניקט מיט זײ,
און איר װעט זיך עקלען פֿאַר זיך אַלײן
פֿון װעגן אַלע א ַײערע בײזן װאָס איר האָט געטאָן.
44און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה,
װען איך טו מיט א ַײך פֿון מ ַײן נאָמען װעגן,
ניט לױט א ַײערע שלעכטע װעגן,
און לױט א ַײערע פֿאַרדאָרבענע מעשׂים,
איר הױז פֿון ישׂראל ,זאָגט גאָט דער האַר.
1און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
2מענטשנקינד ,טו ד ַײן פּנים אַקעגן ָדרום ,און רעד צום ָדרום,כא
און זאָגט נבֿיאות אױף דעם װאַלד פֿון פֿעלד אין ָדרום;
3און זאָלסט זאָגן צום װאַלד פֿון ָדרום:
הער דאָס װאָרט פֿון גאָט :אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
זע ,איך צינד אָן אין דיר אַ פֿ ַײער,
און עס װעט פֿאַרצערן אין דיר איטלעך פֿ ַײכטן בױם
און איטלעך טרוקענעם בױם;
די פֿלאַמפֿ ַײער װעט ניט פֿאַרלאָשן װערן,
און אַלע פּנימער פֿון ָדרום ביז צפֿון
װעלן אָנגעברענט װערן דערפֿון.
4און אַלע ל ַײבער װעלן זען,
אַז איך יהוה האָב זײ אָנגעצונדן;
זי װעט ניט פֿאַרלאָשן װערן.
5האָב איך געזאָגט :װײ ,גאָט דו האַר ,זײ זאָגן אױף מיר :איז ער ניט
אַ משלים-זאָגער? 6איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו מיר ,אַזױ צו
זאָגן: