Page 52 - Yekhezkel
P. 52
יחזקאל
געזעצן האָבן זײ פֿאַראַכט ,װאָס אַז דער מענטש טוט זײ ,לעבט ער
דורך זײ; און מ ַײנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט ביז גאָר; און איך
האָב געטראַכט אױסצוגיסן מ ַײן גרימצאָרן אױף זײ אין דער מדבר,
כּדי זײ צו פֿאַרלענדן 14 .אָבער איך האָב געטאָן פֿון מ ַײן נאָמען
װעגן ,כּדי ער זאָל ניט פֿאַרשװעכט װערן אין די אױגן פֿון די פֿעלקער
װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿאַר זײערע אױגן 15 .נאָר איך האָב
אױך אױפֿגעהױבן מ ַײן האַנט צו זײ אין דער מדבר ,זײ ניט צו
ברענגען אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געגעבן ,װאָס פֿליסט מיט
מילך און האָניק ,װאָס איז דאָס ש ַײנדל פֿון אַלע לענדער; 16װ ַײל
מ ַײנע געזעצן האָבן זײ פֿאַראַכט ,און מ ַײנע חוקים ,אין זײ ז ַײנען זײ
ניט געגאַנגען ,און מ ַײנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט; נ ַײערט נאָך
זײערע אָפּגעטער איז געגאַנגען זײער האַרץ 17 .אָבער מ ַײן אױג האָט
זײ געשױנט ,זײ ניט אומצוברענגען ,און איך האָב ניט געמאַכט פֿון
זײ אַ פֿאַרלענדונג אין דער מדבר 18 .און איך האָב געזאָגט צו זײערע
קינדער אין דער מדבר :אין די חוקים פֿון א ַײערע עלטערן זאָלט איר
ניט גײן ,און זײערע געזעצן זאָלט איר ניט היטן ,און מיט זײערע
אָפּגעטער זאָלט איר א ַײך ניט פֿאַראומרײניקן 19 .איך יהוה בין
א ַײער גאָט; אין מ ַײנע חוקים גײט ,און מ ַײנע געזעצן היט ,און טוט
זײ 20 .און מ ַײנע שבֿטים האַלט הײליק ,און זײ זאָלן ז ַײן פֿאַר אַ צײכן
צװישן מיר און צװישן א ַײך ,כּדי איר זאָלט װיסן אַז איך יהוה בין
א ַײער גאָט 21 .אָבער די קינדער האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר :אין
מ ַײנע חוקים ז ַײנען זײ ניט געגאַנגען ,און מ ַײנע געזעצן האָבן זײ ניט
געהיט זײ צו טאָן ,װאָס אַז אַ מענטש טוט זײ ,לעבט ער דורך זײ;
מ ַײנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט; און איך האָב געטראַכט
אױסצוגיסן מ ַײן גרימצאָרן אױף זײ ,אױסצולאָזן מ ַײן כּעס אױף זײ
אין דער מדבר 22 .אָבער איך האָב אומגעקערט מ ַײן האַנט ,און איך
האָב געטאָן פֿון מ ַײן נאָמען װעגן ,כּדי ער זאָל ניט פֿאַרשװעכט װערן
אין די אױגן פֿון די פֿעלקער װאָס פֿאַר זײערע אױגן האָב איך זײ
אַרױסגעצױגן 23 .הגם איך האָב אױפֿגעהױבן מ ַײן האַנט צו זײ אין
דער מדבר ,זײ צו פֿאַרשפּרײטן צװישן די פֿעלקער ,און זײ צו
צעװאַרפֿן אין די לענדער; 24װ ַײל מ ַײנע געזעצן האָבן זײ ניט געטאָן,
און מ ַײנע חוקים האָבן זײ פֿאַראַכט ,און מ ַײנע שבֿטים האָבן זײ
פֿאַרשװעכט ,און נאָך די אָפּגעטער פֿון זײערע עלטערן ז ַײנען געװען
זײערע אױגן 25 .און איך אױך האָב זײ געגעבן חוקים ניט גוטע ,און
געזעצן װאָס זײ זאָלן ניט קענען לעבן דורך זײ; 26און איך האָב זײ
געלאָזט זיך פֿאַראומרײניקן מיט זײערע אָפּפֿערגעשאַנקען ,מיט