Page 47 - Yekhezkel
P. 47

‫יחזקאל‬

‫צו מיט אַ בגד; ‪ 8‬אױף צינדזן גיט ער ניט‪ ,‬און מערונג נעמט ער ניט‪,‬‬
‫פֿון אומרעכט קערט ער אָפּ ז ַײן האַנט; אמתע גערעכטיקײט טוט ער‬
‫צװישן מאַן און מאַן; ‪ 9‬אין מ ַײנע חוקים גײט ער‪ ,‬און מ ַײנע געזעצן‬
‫האָט ער געהיט‪ ,‬צו טאָן דעם אמת – ער איז אַ צדיק; לעבן װעט ער‬

                                            ‫לעבן‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬

‫‪ 10‬אָבער אַז ער האָט געבאָרן אַ זון אַ רױבער‪ ,‬אַ בלוטפֿאַרגיסער‪,‬‬
‫װאָס טוט דעם ברודער אײנס פֿון די דאָזיקע‪ 11 ,‬הגם ער אַלײן האָט‬
‫אַלע די דאָזיקע ניט געטאָן; װאָרום דער האָט יאָ געגעסן אױף די‬
‫בערג‪ ,‬און די װ ַײב פֿון ז ַײן חבֿר האָט ער פֿאַראומרײניקט; ‪ 12‬דעם‬
‫אָרימאַן און דעם אבֿיון האָט ער געקריװדעט‪ ,‬גזלות האָט ער‬
‫געגזלט‪ ,‬אַ משכּון קערט ער ניט אום‪ ,‬און צו די אָפּגעטער האָט ער‬
‫אױפֿגעהױבן ז ַײנע אױגן; אומװערדיקײט האָט ער געטאָן‪ 13 ,‬אױף‬
‫צינדזן האָט ער געגעבן‪ ,‬און מערונג האָט ער גענומען – זאָל ער‬
‫בל ַײבן לעבן? ער װעט ניט לעבן; אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן‬
‫האָט ער געטאָן‪ ,‬מוז ער טײטן געטײט װערן‪ ,‬ז ַײן בלוט זאָל ז ַײן אױף‬

                                                                   ‫אים‪.‬‬

‫‪ 14‬און אָט האָט ער געבאָרן אַ זון װאָס האָט צוגעזען אַלע זינד פֿון‬
‫ז ַײן פֿאָטער װאָס ער האָט געטאָן‪ ,‬און ער האָט א ַײנגעזען‪ ,‬און ער‬
‫טוט ניט אַזױנס; ‪ 15‬אױף די בערג האָט ער ניט געגעסן‪ ,‬און ז ַײנע‬
‫אױגן האָט ער ניט אױפֿגעהױבן צו די אָפּגעטער פֿון דעם הױז פֿון‬
‫ישׂראל; די װ ַײב פֿון ז ַײן חבֿר האָט ער ניט פֿאַראומרײניקט‪ 16 ,‬און‬
‫קײן מענטשן האָט ער ניט געקריװדעט; אַ משכּון האָט ער ניט‬
‫גענומען‪ ,‬און גזלה האָט ער ניט געגזלט; ז ַײן ברױט האָט ער געגעבן‬
‫דעם הונגעריקן‪ ,‬און דעם נאַקעטן האָט ער צוגעדעקט מיט אַ בגד;‬
‫‪ 17‬פֿון אָרימאַן האָט ער אָפּגעהאַלטן ז ַײן האַנט‪ ,‬צינדזן און מערונג‬
‫האָט ער ניט גענומען‪ ,‬מ ַײנע געזעצן האָט ער געטאָן‪ ,‬אין מ ַײנע‬
‫חוקים איז ער געגאַנגען – ער װעט ניט שטאַרבן פֿאַר די זינד פֿון ז ַײן‬
‫פֿאָטער; לעבן װעט ער לעבן‪ 18 .‬ז ַײן פֿאָטער‪ ,‬װ ַײל דריקן האָט ער‬
‫געדריקט‪ ,‬גזלה פֿון ברודער האָט ער געגזלט‪ ,‬און װאָס ניט גוט האָט‬
‫ער געטאָן צװישן ז ַײן פֿאָלק‪ ,‬איז‪ ,‬אָט איז ער געשטאָרבן פֿאַר ז ַײן‬
‫זינד‪ 19 .‬און איר זאָגט‪ :‬פֿאַר װאָס ל ַײדט ניט דער זון פֿאַר דער זינד‬
‫פֿון דעם פֿאָטער? אָבער דער זון האָט געטאָן רעכט און‬
‫גערעכטיקײט‪ ,‬אַלע מ ַײנע געזעצן האָט ער געהיט און זײ געטאָן;‬
‫לעבן דאַרף ער לעבן‪ 20 .‬דער נפֿש װאָס זינדיקט‪ ,‬ער זאָל שטאַרבן; אַ‬
   42   43   44   45   46   47   48   49   50   51   52