Page 44 - Yekhezkel
P. 44
יחזקאל
און אױסגעשטרעקט ז ַײנע צװ ַײגן צו אים
פֿון די בײטן פֿון ז ַײן פֿלאַנצונג,
כּדי ער זאָל אים אָנטרינקען;
8הגם אין אַ גוטן פֿעלד ,לעבן װאַסער אַ סך,
איז ער געפֿלאַנצט געװען,
צו לאָזן צװ ַײגן ,און צו טראָגן פֿרוכט,
צו װערן אַ פּראַכטיקער װ ַײנשטאָק.
9זאָג :אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
צי װעט ער באַגליקן?
װעט ניט אַרױסר ַײסן יענער ז ַײנע װאָרצלען
און ז ַײן פֿרוכט אָפּהאַקן ,ער זאָל פֿאַרטריקנט װערן,
אַלע בלעטער פֿון ז ַײן שפּראָצונג זאָלן פֿאַרטריקנט װערן?
און ניט מיט אַ גרױס מאַכט און ניט מיט פֿיל פֿאָלק
װעט ער אים אױספֿליקן מיט ז ַײנע װאָרצלען.
10און איז ער שױן א ַײנגעפֿלאַנצט ,צי װעט ער באַגליקן?
פֿאַר װאָר ,װי דער מזרח-װינט רירט אים אָן,
װעט ער טרוקן פֿאַרטריקנט װערן;
אױף די בײטן פֿון ז ַײן שפּראָצונג
װעט ער פֿאַרטריקנט װערן.
11און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
12זאָג אַקאָרשט צו דעם װידערשפּעניקן געזינדל:
װײסט איר ניט װאָס די דאָזיקע ז ַײנען?
זאָג :אָט איז געקומען דער מלך פֿון ָבבֿל קײן ירושלים,
און האָט גענומען איר מלך און אירע האַרן,
און זײ געבראַכט צו זיך קײן ָבבֿל.
13און ער האָט גענומען אײנעם פֿון קיניגלעכן שטאַם,
און האָט געשלאָסן מיט אים אַ בונד,
און אים געבראַכט אונטער אַ שבֿועה,
און די פֵּני פֿון לאַנד האָט ער צוגענומען;
14כּדי עס זאָל ז ַײן אַ ָשפֿלע מלוכה,
זיך ניט צו דערהײבן;
צו היטן ז ַײן בונד ,כּדי זי זאָל באַשטײן.
15אָבער ער האָט װידערשפּעניקט אָן אים,
צו שיקן ז ַײנע שלוחים קײן מצ ַר ִים,