Page 41 - Yekhezkel
P. 41

‫יחזקאל‬

           ‫‪ 46‬און ד ַײן גרעסערע שװעסטער איז געװען שומרון‪,‬‬
                        ‫װאָס איז געזעסן אױף ד ַײן לינקער ז ַײט‪,‬‬
                                          ‫זי מיט אירע טעכטער;‬
                                   ‫און ד ַײן קלענערע שװעסטער‬
                       ‫װאָס איז געזעסן אױף ד ַײן רעכטער ז ַײט‪,‬‬
                           ‫איז געװען סדום מיט אירע טעכטער‪.‬‬

              ‫‪ 47‬ניט צו מאָל אין זײערע װעגן ביסטו געגאַנגען‪,‬‬
                          ‫און װי זײערע אומװערדיקײטן געטאָן;‬
                              ‫אין אַ קורצער װ ַײל ביסטו געװאָרן‬

                     ‫פֿאַרדאָרבענער פֿון זײ אין אַלע ד ַײנע װעגן‪.‬‬
                      ‫‪ 48‬אַזױ װי איך לעב‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר‪,‬‬
             ‫אױב ד ַײן שװעסטער סדום‪ ,‬זי מיט אירע טעכטער‪,‬‬
          ‫האָט געטאָן װי דו מיט ד ַײנע טעכטער האָסט געטאָן!‬
      ‫‪ 49‬זע‪ ,‬דאָס איז געװען די זינד פֿון ד ַײן שװעסטער סדום‪:‬‬
           ‫שטאָלצקײט‪ ,‬זעטיקײט מיט ברױט‪ ,‬און רוִיקע שלװה‬
                      ‫איז געװען ב ַײ איר און ב ַײ אירע טעכטער‪,‬‬
                  ‫און די האַנט פֿון דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון‬

                                      ‫האָט זי ניט אױפֿגעהאַלטן‪.‬‬
                             ‫‪ 50‬און זײ ז ַײנען געװען האָפֿערדיק‪,‬‬
                     ‫און האָבן געטאָן אומװערדיקײט פֿאַר מיר;‬

                                  ‫דרום האָב איך זײ אָפּגעראַמט‪,‬‬
                                         ‫אַז איך האָב דאָס געזען‪.‬‬

  ‫‪ 51‬און שומרון האָט אַ העלפֿט פֿון ד ַײנע זינד ניט געזינדיקט;‬
      ‫און דו האָסט געמערט ד ַײנע אומװערדיקײטן מײן פֿון זײ‪,‬‬
                 ‫און האָסט גערעכטפֿאַרטיקט ד ַײנע שװעסטער‬
        ‫מיט אַלע ד ַײנע אומװערדיקײטן װאָס דו האָסט געטאָן‪.‬‬
                              ‫‪ 52‬דרום טראָג אױך דו ד ַײן שאַנד‪,‬‬
                     ‫װאָס דו האָסט געמשפּט ד ַײנע שװעסטער;‬

‫דורך ד ַײנע זינד װאָס דו האָסט געטאָן מער אומװערדיק פֿון זײ‪,‬‬
                                    ‫װערן זײ גערעכטער פֿון דיר;‬

                   ‫דרום אױך דו שעם זיך‪ ,‬און טראָג ד ַײן שאַנד‪,‬‬
                    ‫װאָס דו רעכטפֿאַרטיקסט ד ַײנע שװעסטער‪.‬‬
               ‫‪ 53‬און איך װעל אומקערן זײער געפֿאַנגענשאַפֿט‪,‬‬
               ‫די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון סדום און אירע טעכטער‪,‬‬
        ‫און די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון שומרון און אירע טעכטער‪,‬‬
       ‫און די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון ד ַײנע געפֿאַנגענע צװישן זײ;‬
   36   37   38   39   40   41   42   43   44   45   46