Page 36 - Yekhezkel
P. 36

‫יחזקאל‬

                              ‫ד ַײן פֿאָטער איז געװען דער אמורי‪,‬‬
                                          ‫און ד ַײן מוטער פֿון ֵחת‪.‬‬

                                       ‫‪ 4‬און אָט איז ד ַײן געבורט‪:‬‬
                    ‫אין דעם טאָג װאָס דו ביסט געבאָרן געװאָרן‬

                            ‫האָט מען ד ַײן נאָפּל ניט אָפּגעשניטן‪,‬‬
       ‫און אין װאַסער ביסטו ניט געװאַשן געװאָרן צום רײניקן‪,‬‬

                     ‫און באַזאַלצן ביסטו ניט באַזאַלצט געװאָרן‪,‬‬
                     ‫און געװיקלט ביסטו ניט געװיקלט געװאָרן‪.‬‬
                   ‫‪ 5‬ניט דערבאַרימט האָט זיך אַן אױג אױף דיר‪,‬‬

                                ‫דיר צו טאָן אײנס פֿון די דאָזיקע‪,‬‬
                                      ‫צו האָבן ַרח ָמנות אױף דיר;‬

          ‫און ביסט אַװעקגעװאָרפֿן געװאָרן אױפֿן פֿר ַײען פֿעלד‪,‬‬
                          ‫פֿון װעגן דער עקלדיקײט פֿון ד ַײן ל ַײב‪,‬‬

                   ‫אין דעם טאָג װאָס דו ביסט געבאָרן געװאָרן‪.‬‬
                      ‫‪ 6‬און איך בין פֿאַרב ַײגעגאַנגען פֿאַרב ַײ דיר‪,‬‬

                 ‫און האָב דיך געזען זיך װעלגערן אין ד ַײן בלוט‪,‬‬
               ‫און איך האָב געזאָגט צו דיר אין ד ַײן בלוט‪ :‬לעב!‬
               ‫יאָ‪ ,‬איך האָב געזאָגט צו דיר אין ד ַײן בלוט‪ :‬לעב!‬
‫‪ 7‬װאַקסעדיק װי די שפּראָצונג פֿון פֿעלד האָב איך דיך געמאַכט‪,‬‬

                  ‫און ביסט געװאַקסן‪ ,‬און ביסט גרױס געװאָרן‪,‬‬
                           ‫און געקומען אין שענסטער שײנקײט;‬
                              ‫די בריסט ז ַײנען געװען געפֿורעמט‪,‬‬
                                ‫און ד ַײנע האָר האָט געשפּראָצט‪,‬‬
                             ‫נאָר נאַקעט און הױל ביסטו געװען‪.‬‬

    ‫‪ 8‬בין איך פֿאַרב ַײגעגאַנגען פֿאַרב ַײ דיר‪ ,‬און האָב דיך געזען‪,‬‬
                     ‫ערשט ד ַײן צ ַײט איז די צ ַײט פֿון ליבשאַפֿט;‬

       ‫און איך האָב אױסגעשפּרײט מ ַײן ברעג קלײד איבער דיר‪,‬‬
                                 ‫און צוגעדעקט ד ַײן נאַקעטקײט;‬
                                     ‫און איך האָב דיר געשװאָרן‪,‬‬

                               ‫און בין אַר ַײן אין אַ בונד מיט דיר‪,‬‬
                                             ‫זאָגט גאָט דער האַר‪,‬‬

                                         ‫און ביסט געװאָרן מ ַײנע‪.‬‬
                 ‫‪ 9‬און איך האָב דיך אַרומגעװאַשן מיט װאַסער‪,‬‬

                      ‫און האָב אָפּגעשװענקט ד ַײן בלוט פֿון דיר‪,‬‬
                               ‫און האָב דיך באַזאַלבט מיט אײל‪.‬‬

      ‫‪ 10‬און איך האָב דיך אָנגעקלײדט אין געשטיקטן געװאַנט‪,‬‬
   31   32   33   34   35   36   37   38   39   40   41