Page 31 - Yekhezkel
P. 31
יחזקאל
װאָס זאָגן נבֿיאות פֿון זײער אײגענעם האַרצן,
און זאָג נבֿיאות אױף זײ,
18און זאָלסט זאָגן :אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
װײ צו די װאָס נײען אָן קישעלעך אױף אַלע עלנבױגנס,
און מאַכן שלײערס אױפֿן קאָפּ פֿון איטלעכן װוּקס,
כּדי נפֿשות צו פֿאַנגען!
די נפֿשות טוט איר פֿאַנגען ב ַײ מ ַײן פֿאָלק,
כּדי א ַײך די נפֿשות ב ַײם לעבן צו דערהאַלטן.
19און איר האָט מיך פֿאַרשװעכט ב ַײ מ ַײן פֿאָלק
פֿאַר הײפֿלעך גערשטן ,און פֿאַר ברעקלעך ברױט,
צו מאַכן שטאַרבן נפֿשות װאָס דאַרפֿן ניט שטאַרבן,
און צו לאָזן לעבן נפֿשות װאָס דאַרפֿן ניט לעבן,
מיט װאָס איר זאָגט ליגן צו מ ַײן פֿאָלק,
די צוהערער פֿון ליגן.
20דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:
זעט ,איך נעם זיך צו א ַײערע קישעלעך
װאָס איר פֿאַנגט דערמיט די נפֿשות װי פֿױגלען,
און איך װעל זײ אַראָפּר ַײסן פֿון א ַײערע אָרעמס,
און װעל אַװעקלאָזן די נפֿשות װאָס איר פֿאַנגט –
נפֿשות װי פֿױגלען.
21און איך װעל אַראָפּר ַײסן א ַײערע שלײערס,
און װעל מציל ז ַײן מ ַײן פֿאָלק פֿון א ַײער האַנט,
און זײ װעלן מער ניט ז ַײן צום געפֿאַנג אין א ַײער האַנט;
און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.
22װ ַײל איר האָט מיט ליגן באַטריבט דאָס האַרץ פֿון דעם צדיק,
װען איך האָב אים ניט געװאָלט װײ טאָן,
און איר האָט געשטאַרקט די הענט פֿון דעם ָרשע
זיך ניט אומצוקערן פֿון ז ַײן שלעכטן װעג,
אַז מע זאָל אים לאָזן לעבן,
23דרום װעט איר מער פֿאַלשקײט ניט זען,
און װאָרזאָגעניש ניט װאָרזאָגן;
און איך װעל מציל ז ַײן מ ַײן פֿאָלק פֿון א ַײער האַנט;
און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.