Page 30 - Yekhezkel
P. 30
יחזקאל
װעלן זײ ניט פֿאַרשריבן װערן,
און אױף דער ערד פֿון ישׂראל װעלן זײ ניט קומען;
און איר װעט װיסן אַז איך בין גאָט יהוה.
10װ ַײל און באַװ ַײל זײ האָבן פֿאַרפֿירט מ ַײן פֿאָלק,
אַזױ צו זאָגן :שלום! װען קײן שלום איז ניטאָ;
און ער בױט אַ װענטל,
און זײ-אָ באַשמירן עס מיט טינק;
11זאָג צו די טינקשמירער אַז עס װעט א ַײנפֿאַלן;
עס װערט אַ רעגן אַ פֿלײציקער,
און איר ,האָגלשטײנער ,װעט פֿאַלן,
און אַ שטורעמװינט װעט אױסברעכן.
12און אָט אַז די מױער פֿאַלט א ַײן,
צי װעט ניט געזאָגט װערן צו א ַײך:
װוּ איז דאָס געשמיר װאָס איר האָט אָנגעשמירט?
13דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:
יאָ ,איך װעל מאַכן אױסברעכן אַ שטורעמװינט
אין מ ַײן גרימצאָרן,
און אַ פֿלײציקער רעגן װעט ז ַײן אין מ ַײן כּעס,
און האָגלשטײנער אין גרימצאָרן ,צו פֿאַרלענדן.
14און איך װעל צעשטערן די מױער
װאָס איר האָט באַשמירט מיט טינק,
און װעל זי ברענגען צו דער ערד,
און איר גרונטפֿעסט װעט אַנטפּלעקט װערן;
און זי װעט א ַײנפֿאַלן,
און איר װעט פֿאַרלענדט װערן דערין;
און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.
15און איך װעל אױסלאָזן מ ַײן גרימצאָרן אױף דער מױער,
און אױף די װאָס האָבן זי באַשמירט מיט טינק;
און איך װעל זאָגן צו א ַײך:
ניטאָ די מױער ,און ניטאָ די װאָס האָבן זי באַשמירט –
16די נבֿיאים פֿון ישׂראל װאָס זאָגן נבֿיאות אױף ירושלים,
און זעען איר אַ זעונג פֿון שלום,
װען קײן שלום איז ניטאָ,
זאָגט גאָט דער האַר.
17און דו מענטשנקינד ,טו ד ַײן פּנים
צו די טעכטער פֿון ד ַײן פֿאָלק