Page 32 - Yekhezkel
P. 32

‫יחזקאל‬

‫‪ 1‬און צו מיר ז ַײנען געקומען מענער פֿון די עלטסטע פֿון‬

‫ישׂראל‪ ,‬און ז ַײנען געזעסן פֿאַר מיר‪ 2 .‬איז דאָס װאָרט פֿוןיד‬
                                      ‫גאָט געװען צו מיר אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

                ‫‪ 3‬מענטשנקינד‪ ,‬די דאָזיקע ל ַײט האָבן אױפֿגעשטעלט‬
                                    ‫זײערע אָפּגעטער אין זײער האַרצן‪,‬‬
                                      ‫און די שטרױכלונג צו זײער זינד‬
                                          ‫האַלטן זײ אַקעגן זײער פּנים;‬

                                ‫זאָל איך פֿרעגן זיך לאָזן פֿרעגן פֿון זײ?‬
                          ‫‪ 4‬דרום רעד מיט זײ‪ ,‬און זאָלסט זאָגן צו זײ‪:‬‬

                                     ‫אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                             ‫יעטװעדער מאַן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל‬
               ‫װאָס װעט אױפֿשטעלן ז ַײנע אָפּגעטער אין ז ַײן האַרצן‪,‬‬

                                        ‫און די שטרױכלונג צו ז ַײן זינד‬
                                      ‫װעט ער האַלטן אַקעגן ז ַײן פּנים‪,‬‬

                                         ‫און ער װעט קומען צום נבֿיא‪,‬‬
                                        ‫װעל איך יהוה אים ענטפֿערן –‬
                            ‫דעם װאָס קומט מיט ז ַײנע פֿיל אָפּגעטער;‬
               ‫‪ 5‬כּדי צו פֿאַרכאַפּען ב ַײם האַרצן דאָס הױז פֿון ישׂראל‪,‬‬
                                    ‫װאָס האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון מיר‬

                                           ‫דורך זײערע אָפּגעטער אַלע‪.‬‬
                                  ‫‪ 6‬דרום זאָג צו דעם הױז פֿון ישׂראל‪:‬‬

                                     ‫אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
             ‫קערט צוריק‪ ,‬און קערט א ַײך אום פֿון א ַײערע אָפּגעטער‪,‬‬
         ‫און פֿון אַלע א ַײערע אומװערדיקײטן קערט אָפּ א ַײער פּנים‪.‬‬

                  ‫‪ 7‬װאָרום יעטװעדער מאַן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל‪,‬‬
             ‫אָדער פֿון דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף אין ישׂראל‪,‬‬

                              ‫װאָס װעט זיך אָפּשײדן פֿון הינטער מיר‪,‬‬
                 ‫און װעט אױפֿשטעלן ז ַײנע אָפּגעטער אין ז ַײן האַרצן‪,‬‬

                                        ‫און די שטרױכלונג צו ז ַײן זינד‬
                                      ‫װעט ער האַלטן אַקעגן ז ַײן פּנים‪,‬‬

                                         ‫און ער װעט קומען צום נבֿיא‪,‬‬
                               ‫כּדי ער זאָל מיך פֿרעגן פֿון ז ַײנעט װעגן‪,‬‬

                                   ‫װעל איך יהוה אַלײן אים ענטפֿערן‪.‬‬
                   ‫‪ 8‬און איך װעל קערן מ ַײן פּנים אַקעגן יענעם מאַן‪,‬‬

                                              ‫און װעל אים פֿאַרװיסטן‪,‬‬
   27   28   29   30   31   32   33   34   35   36   37