Page 29 - Yekhezkel
P. 29
יחזקאל
אַז איך װעל רעדן אַ װאָרט ,װעט עס געשען,
זאָגט גאָט דער האַר.
1און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
2מענטשנקינד ,זאָג נבֿיאותיג
אױף די נבֿיאים פֿון ישׂראל װאָס זאָגן נבֿיאות,
און זאָלסט זאָגן צו די נבֿיאים פֿון זײער אײגענעם האַרצן:
הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט:
3אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר׃
װײ צו די נבֿיאים מנוּװלים
װאָס גײען נאָך זײער געמיט,
און נאָך װאָס זײ האָבן ניט געזען! –
4אַזױ װי פֿיקס אין חורבֿות
ז ַײנען געװען ד ַײנע נבֿיאים ,ישׂראל.
5איר ז ַײט אַרױפֿגעגאַנגען אין די בראָכן,
און פֿאַרצאַמט אַ צאַם אַרום דעם הױז פֿון ישׂראל,
צו באַשטײן אין מלחמה אין טאָג פֿון גאָט.
6זײ האָבן געזען פֿאַלשקײט און װאָרזאָגעניש פֿון ליגן,
זײ װאָס זאָגן :גאָט האָט געזאָגט,
װען גאָט האָט זי ניט געשיקט;
און זײ האַרן ער זאָל מקיים ז ַײן דאָס װאָרט!
7האָט איר דען ניט אַ זעונג פֿון ליגן געזען,
און פֿאַלשע װאָרזאָגעניש געזאָגט?
און איר זאָגט :גאָט האָט געזאָגט,
װען איך האָב ניט גערעדט.
8דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:
װ ַײל איר האָט גערעדט פֿאַלשקײט און געזען ליגן,
דרום זעט ,איך קום אױף א ַײך,
זאָגט גאָט דער האַר.
9און מ ַײן האַנט װעט ז ַײן אױף די נבֿיאים
װאָס זעען פֿאַלשקײט און װאָרזאָגן ליגן;
אין דעם באַראָט פֿון מ ַײן פֿאָלק װעלן זײ ניט ז ַײן,
און אין דעם געשריפֿטס פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל