Page 33 - Yekhezkel
P. 33
יחזקאל
פֿאַר אַ צײכן און פֿאַר אַ שפּריכװאָרט,
און װעל אים פֿאַרשנ ַײדן פֿון צװישן ז ַײן פֿאָלק;
און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.
9און אַז דער נבֿיא װעט פֿאַרפֿירט װערן,
און װעט רעדן אַ װאָרט,
האָב איך יהוה דאָס פֿאַרפֿירט יענעם נבֿיא,
און איך װעל אױסשטרעקן מ ַײן האַנט אױף אים,
און װעל אים פֿאַרטיליקן פֿון צװישן מ ַײן פֿאָלק ישׂראל.
10און זײ װעלן טראָגן זײער זינד;
אַזױ װי די זינד פֿון דעם פֿרעגער,
אַזױ װעט ז ַײן די זינד פֿון דעם נבֿיא.
11כּדי דאָס הױז פֿון ישׂראל
זאָלן מער ניט אַװעקבלאָנדזשען פֿון הינטער מיר,
און זאָלן זיך מער ניט פֿאַראומרײניקן
מיט אַלע זײערע פֿאַרברעכן;
און זײ זאָלן מיר ז ַײן צום פֿאָלק,
און איך זאָל זײ ז ַײן צום גאָט,
זאָגט גאָט דער האַר.
12און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
13מענטשנקינד ,װען אַ לאַנד זאָל זינדיקן קעגן מיר
צו פֿעלשן אַ פֿעלשונג,
און איך זאָל אױסשטרעקן מ ַײן האַנט אױף איר,
און איר צעברעכן דעם אונטערלען פֿון ברױט,
און אָנשיקן אױף איר אַ הונגער,
און פֿאַרשנ ַײדן פֿון איר מענטשן און בהמות,
14און די דאָזיקע דר ַײ מענער זאָלן ז ַײן אין איר:
נֹח ,דניאל ,און ִאיובֿ,
װעלן זײ מיט זײער גערעכטיקײט
נאָר מציל ז ַײן זײער נפֿש ,זאָגט גאָט דער האַר.
15װען אַ בײזע חיה זאָל איך מאַכן דורכגײן אין לאַנד,
און זי זאָל עס פֿון מענטשן באַרױבן,
און עס זאָל װערן אַ װיסטעניש אָן אַ דורכגײער
פֿון װעגן דער חיה,
16מעגן די דאָזיקע דר ַײ מענער ז ַײן אין איר,