Page 38 - Yekhezkel
P. 38

‫יחזקאל‬

                                 ‫זעמלמעל‪ ,‬און אײל‪ ,‬און האָניק‪,‬‬
                               ‫מיט װאָס איך האָב דיך געשפּ ַײזט‪,‬‬
              ‫האָסטו דערלאַנגט פֿאַר זײ‪ ,‬פֿאַר אַ געשמאַקן ֵריח;‬
                      ‫אַזױ איז דאָס געװען‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬
             ‫‪ 20‬און האָסט גענומען ד ַײנע זין און ד ַײנע טעכטער‬

                                     ‫װאָס דו האָסט מיר געבאָרן‪,‬‬
                      ‫און האָסט זײ געשלאַכט פֿאַר זײ צום עסן‪.‬‬

                                ‫װינציק איז דיר געװען ד ַײן זנות‪,‬‬
                        ‫‪ 21‬האָסטו נאָך געשאָכטן מ ַײנע קינדער‪,‬‬

                                             ‫און זײ אַװעקגעגעבן‪,‬‬
                            ‫אַז דו האָסט זײ מקריבֿ געװען צו זײ‪.‬‬
            ‫‪ 22‬און אין אַלע ד ַײנע אומװערדיקײטן און ד ַײן זנות‬
                  ‫האָסטו ניט געדאַכט אָן די טעג פֿון ד ַײן יוגנט‪,‬‬
‫װען דו ביסט געװען נאַקעט און הױל‪ ,‬זיך װעלגערנדיק אין ד ַײן‬

                                                             ‫בלוט‪.‬‬
             ‫‪ 23‬און עס איז געװען‪ :‬נאָך אַל ד ַײן שלעכטיקײט –‬

                             ‫װײ‪ ,‬װײ דיר‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר –‬
                            ‫‪ 24‬האָסטו דיר געבױט אַ געװעלבונג‪,‬‬
           ‫און דיר געמאַכט אַ הױכן אָרט אױף איטלעכן מאַרק‪.‬‬
‫‪ 25‬אױף יעטװעדער עק װעג האָסטו דיר געבױט ד ַײן הױכן אָרט‪,‬‬
                     ‫און האָסט פֿאַראומװערדיקט ד ַײן שײנקײט‪,‬‬
           ‫און צעשפּרײט ד ַײנע פֿיס פֿאַר יעטװעדער דורכגײער‪,‬‬

                                           ‫און געמערט ד ַײן זנות‪.‬‬
               ‫‪ 26‬און האָסט מזנה געװען מיט די זין פֿון מצ ַר ִים‪,‬‬

                                   ‫ד ַײנע שכנים די גרױסל ַײביקע‪,‬‬
             ‫און האָסט געמערט ד ַײן זנות‪ ,‬מיך צו דערצערענען‪.‬‬
     ‫‪ 27‬און זע‪ ,‬איך האָב אױסגעשטרעקט מ ַײן האַנט אױף דיר‪,‬‬

                          ‫און האָב געמינערט ד ַײן אױסקומעניש‪,‬‬
       ‫און דיך איבערגעגעבן אױף דעם באַראָט פֿון ד ַײנע פֿ ַײנט‪,‬‬

                                      ‫די טעכטער פֿון די פּ ִלשתּים‬
              ‫װאָס האָבן זיך געשעמט װעגן ד ַײן שענדלעכן װעג‪.‬‬
             ‫‪ 28‬און דו האָסט מזנה געװען מיט די זין פֿון אשור‪,‬‬

                         ‫װ ַײל דו האָסט זיך ניט געקענט אָנזעטן‪,‬‬
                                 ‫און האָסט מזנה געװען מיט זײ‪,‬‬

                               ‫און ביסט פֿאָרט ניט זאַט געװאָרן‪.‬‬
                                 ‫‪ 29‬און האָסט געמערט ד ַײן זנות‬
   33   34   35   36   37   38   39   40   41   42   43