Page 39 - Yekhezkel
P. 39

‫יחזקאל‬

                    ‫מיט דעם לאַנד פֿון קרעמער‪ ,‬מיט ַכּשׂדים‪,‬‬
                    ‫און אױך דערמיט ביסטו ניט זאַט געװאָרן‪.‬‬
            ‫‪ 30‬װי שװאַך איז ד ַײן האַרץ‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר‪,‬‬

                         ‫אַז דו האָסט געטאָן אַל דאָס דאָזיקע‬
                                ‫אַזױ װי עס טוט אַן אַרצי‪-‬זונה‪,‬‬

               ‫‪ 31‬מיט װאָס דו האָסט געבױט ד ַײן געװעלבונג‬
                                     ‫אױף יעטװעדער עק װעג‪,‬‬

                          ‫און ד ַײן הױכן אָרט האָסטו געמאַכט‬
                                       ‫אױף יעטװעדער מאַרק;‬

                           ‫ביסט צו מאָל ניט געװען װי אַ זונה‬
                              ‫צו שפּאָטן פֿון אַבי װאָסער לױן‪.‬‬

 ‫‪ 32‬דו װ ַײב נואפֿטע װאָס נעמט פֿרעמדע אָנשטאָט איר מאַן‪,‬‬
                            ‫‪ 33‬אַלע זוֹנות גיט מען אַ געשאַנק‪,‬‬

                        ‫און דו האָסט געגעבן ד ַײנע געשאַנקען‬
                                     ‫צו אַלע ד ַײנע ליבהאָבער‪,‬‬

                     ‫און זײ אונטערגעקױפֿט צו קומען צו דיר‬
                                 ‫פֿון רונד אַרום‪ ,‬אין ד ַײן זנות‪.‬‬

    ‫‪ 34‬און ב ַײ דיר איז געװען קאַפּױר װי ב ַײ אַנדערע װ ַײבער‪,‬‬
                               ‫מיט װאָס דו ביסט נאָכגעלאָפֿן‪,‬‬

                         ‫און נאָך דיר איז מען ניט נאָכגעלאָפֿן‪,‬‬
                               ‫און װאָס דו האָסט געגעבן לױן‪,‬‬

                    ‫און דיר איז קײן לױן ניט געגעבן געװאָרן;‬
                                     ‫יאָ‪ ,‬קאַפּױר ביסטו געװען‪.‬‬

                 ‫‪ 35‬דרום הער‪ ,‬דו זונה‪ ,‬דאָס װאָרט פֿון גאָט‪:‬‬
                         ‫‪ 36‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬

                   ‫װ ַײל ד ַײן שמוציקײט האָט זיך אױסגעגאָסן‪,‬‬
                       ‫און ד ַײן שאַנד איז אַנטפּלעקט געװאָרן‬
                           ‫אין ד ַײן זנות מיט ד ַײנע ליבהאָבער‪,‬‬

                 ‫און מיט אַלע ד ַײנע אומװערדיקע אָפּגעטער;‬
‫און פֿאַר דעם בלוט פֿון ד ַײנע זין װאָס דו האָסט זײ געגעבן –‬

            ‫‪ 37‬דרום זע‪ ,‬איך זאַמל א ַײן אַלע ד ַײנע ליבהאָבער‬
                           ‫װאָס דו האָסט זיך געחנדלט צו זײ‪,‬‬
                                  ‫און אַלע װאָס דו האָסט ליב‪,‬‬
                               ‫מיט אַלע װאָס דו האָסט פֿ ַײנט;‬

       ‫און איך װעל זײ א ַײנזאַמלען אַרום דיר פֿון רונד אַרום‪,‬‬
   34   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44