Page 35 - Yekhezkel
P. 35
יחזקאל
1און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
2מענטשנקינד ,װאָס איז דער װ ַײנשטאָקטו
מער פֿון איטלעכן בױם –
דער װ ַײנצװ ַײג װאָס איז צװישן די װאַלדבײמער?
3צי װערט פֿון אים האָלץ גענומען
אױף צו מאַכן אַן אַרבעט?
אָדער נעמט פֿון אים אַ פֿלעקל
צו הענגען אַ שום כּלי דערױף?
4ה ַײנט אַז ער איז צום פֿ ַײער פֿאַר אַ שפּ ַײז געגעבן געװאָרן,
אַז ז ַײנע בײדע עקן האָט אָפּגעגעסן דאָס פֿ ַײער,
און ז ַײן מיטן איז צוגעברענט געװאָרן,
קען ער דען טױגן אױף אַן אַרבעט?
5זע ,אַז ער איז גאַנץ געװען,
האָט ער ניט געקענט פֿאַרטאָן װערן אױף אַן אַרבעט,
ה ַײנט װי שױן אַז דאָס פֿ ַײער האָט אים אַרומגעגעסן,
און ער איז צוגעברענט געװאָרן,
קען ער דען נאָך פֿאַרטאָן װערן אױף אַן אַרבעט?
6דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:
אַזױ װי דער װ ַײנשטאָק צװישן די װאַלדבײמער,
װאָס איך האָב אים געגעבן צום פֿ ַײער פֿאַר אַ שפּ ַײז,
אַזױ גיב איך די באַװױנער פֿון ירושלים.
און איך װעל קערן מ ַײן פּנים אַקעגן זײ;
פֿון פֿ ַײער ז ַײנען זײ אַרױס ,און דאָס פֿ ַײער װעט זײ פֿאַרצערן;
און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה,
װען איך טו מ ַײן פּנים אַקעגן זײ.
8און איך װעל מאַכן דאָס לאַנד אַ װיסטעניש,
װ ַײל זײ האָבן געפֿעלשט אַ פֿעלשונג,
זאָגט גאָט דער האַר.
1און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
2מענטשנקינד ,לאָז װיסן ירושלים אירע אומװערדיקײטן,טז
3און זאָלסט זאָגן :אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר צו ירושלים:
ד ַײן אָפּשטאַם און ד ַײן געבורט
איז פֿון לאַנד פֿון דעם כַּנ ַעני;