Page 40 - Yekhezkel
P. 40

‫יחזקאל‬

                           ‫און װעל אַנטפּלעקן ד ַײן שאַנד פֿאַר זײ‪,‬‬
                               ‫און זײ װעלן זען ד ַײן גאַנצע שאַנד‪.‬‬

                     ‫‪ 38‬און איך װעל דיך משפּטן מיט דעם משפּט‬
                            ‫פֿון נואפֿטעס און בלוטפֿאַרגיסערינס;‬
                                   ‫און איך װעל ברענגען אױף דיר‬
                               ‫בלוט פֿון גרימצאָרן און פֿאַרדראָס‪.‬‬

                 ‫‪ 39‬און איך װעל דיך איבערגעבן אין זײער האַנט‪,‬‬
                          ‫און זײ װעלן צעשטערן ד ַײן געװעלבונג‪,‬‬
                              ‫און א ַײנװאַרפֿן ד ַײנע הױכע ערטער;‬

                        ‫און זײ װעלן דיר אױסטאָן ד ַײנע קלײדער‪,‬‬
                                   ‫און צונעמען ד ַײנע שײנע זאַכן;‬

                           ‫און זײ װעלן דיך לאָזן נאַקעט און הױל‪.‬‬
              ‫‪ 40‬און זײ װעלן אַרױפֿברענגען אױף דיר אַ געזעמל‪,‬‬

                      ‫און זײ װעלן דיך פֿאַרשטײנען מיט שטײנער‪,‬‬
                            ‫און דיך צעהאַקן מיט זײערע שװערדן‪.‬‬

             ‫‪ 41‬און זײ װעלן פֿאַרברענען ד ַײנע ה ַײזער אין פֿ ַײער‪,‬‬
        ‫און טאָן אױף דיר אַ משפּט פֿאַר די אױגן פֿון פֿיל װ ַײבער;‬

                     ‫און איך װעל דיך מאַכן אױפֿהערן ז ַײן אַ זונה‪,‬‬
                          ‫און װעסט אױך קײן לױן מער ניט געבן‪.‬‬

                ‫‪ 42‬און איך װעל באַרוען מ ַײן גרימצאָרן אױף דיר‪,‬‬
                      ‫און אָפּטאָן װעט זיך מ ַײן פֿאַרדראָס פֿון דיר‪,‬‬

                 ‫און איך װעל מיך שטילן‪ ,‬און מער ניט צערענען‪.‬‬
         ‫‪ 43‬װ ַײל דו האָסט ניט געדאַכט אָן די טעג פֿון ד ַײן יוגנט‪,‬‬

                  ‫און האָסט מיך דערערגערט מיט אַלעם דאָזיקן‪,‬‬
            ‫דרום אָט פֿאַרגעלט איך אױך ד ַײן װעג אױף ד ַײן קאָפּ‪,‬‬

                                              ‫זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬
          ‫אָדער האָסטו דען ניט געטאָן די דאָזיקע שענדלעכקײט‬

                                   ‫צו אַלע ד ַײנע אומװערדיקײטן?‬
    ‫‪ 44‬זע‪ ,‬יעטװעדער װערטלזאָגער װעט זיך װערטלען אױף דיר‪,‬‬

                   ‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬װי די מוטער אַזױ איר טאָכטער‪.‬‬
                              ‫‪ 45‬ביסט אַ טאָכטער פֿון ד ַײן מוטער‬

       ‫װאָס האָט זיך געמיאוסט מיט איר מאַן און אירע קינדער‪,‬‬
                    ‫און ביסט אַ שװעסטער פֿון ד ַײנע שװעסטער‪,‬‬

‫װאָס האָבן זיך געמיאוסט מיט זײערע מאַנען און זײערע קינדער;‬
                                    ‫ד ַײן מוטער איז געװען פֿון ֵחת‪,‬‬
                                        ‫און ד ַײן פֿאָטער אַן אמורי‪.‬‬
   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44   45