Page 42 - Yekhezkel
P. 42
יחזקאל
54כּדי זאָלסט טראָגן ד ַײן שאַנד,
און זיך שעמען פֿאַר אַלץ װאָס דו האָסט געטאָן,
אַז דו ביסט זײ געװאָרן אַ טרײסטונג.
55און ד ַײנע שװעסטער סדום און אירע טעכטער
װעלן זיך אומקערן צו זײער פֿרִיערדיקן שטאַנד,
און שומרון און אירע טעכטער,
װעלן זיך אומקערן צו זײער פֿרִיערדיקן שטאַנד,
און דו און ד ַײנע טעכטער –
װעט זיך אומקערן צו א ַײער פֿר ִיערדיקן שטאַנד.
56און איז ניט סדום ד ַײן שװעסטער
געװען אַ גערײד אין ד ַײן מױל,
אין דעם טאָג פֿון ד ַײן שטאָלץ,
57אײדער ד ַײן שלעכטיקײט איז אַנטפּלעקט געװאָרן,
װי אין דער צ ַײט פֿון דער לעסטערונג
פֿון די טעכטער פֿון ארם,
און פֿון אַלע אירע אַרומיקע ,די טעכטער פֿון די פּ ִלשתּים,
װאָס פֿאַראַכטן דיך פֿון רונד אַרום?
58ד ַײן שענדלעכקײט און ד ַײנע אומװערדיקײטן –
דו װעסט זײ טראָגן ,זאָגט גאָט.
59װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
יאָ ,איך װעל טאָן מיט דיר אַזױ װי דו האָסט געטאָן,
װאָס דו האָסט פֿאַראַכט די שבֿועה ,צו פֿאַרשטערן דעם בונד.
60אָבער איך װעל זיך דערמאָנען אָן מ ַײן בונד מיט דיר
אין די טעג פֿון ד ַײן יוגנט,
און װעל דיר אױפֿשטעלן אַן אײביקן בונד.
61און װעסט זיך דערמאָנען ד ַײנע װעגן ,און זיך שעמען,
װען דו קריגסט ד ַײנע שװעסטער,
די גרעסערע פֿון דיר מיט די קלענערע פֿון דיר;
און איך װעל זײ דיר געבן פֿאַר טעכטער,
אָבער ניט פֿון װעגן ד ַײן בונד.
62און איך װעל אױפֿשטעלן מ ַײן בונד מיט דיר,
און װעסט װיסן ,אַז איך בין יהוה;
63כּדי זאָלסט זיך דערמאָנען און זיך שעמען,
און מער אַ מױל ניט עפֿענען פֿון װעגן ד ַײן שאַנד,