Page 43 - Yekhezkel
P. 43

‫יחזקאל‬

         ‫װען איך בין דיר מכפּר אױף אַלץ װאָס דו האָסט געטאָן‪,‬‬
                                              ‫זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬

‫‪ 1‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

         ‫‪ 2‬מענטשנקינד‪ ,‬ראָט אַ רעטעניש‪,‬יז‬

                       ‫און גיב אַ משל אױף דעם הױז פֿון ישׂראל‪,‬‬
            ‫‪ 3‬און זאָלסט זאָגן‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬

                                              ‫דער גרױסער אָדלער‬
                                              ‫מיט פֿליגלען גרױסע‪,‬‬
                                             ‫מיט פֿלעדערן לאַנגע‪,‬‬

                                                 ‫מיט פֿעדערן פֿול‪,‬‬
                                       ‫װאָס האָט אַלערלײ פֿאַרבן‪,‬‬

                                          ‫איז געקומען צום לבֿנון‪,‬‬
                         ‫און גענומען דעם שפּיץ פֿון צעדערבױם‪.‬‬
       ‫‪ 4‬דאָס אױבערשטע פֿון ז ַײנע ריטלעך האָט ער אָפּגעריסן‪,‬‬
                 ‫און האָט עס געבראַכט אין אַ לאַנד פֿון ָסוחרים;‬
         ‫אין אַ שטאָט פֿון האַנדלסל ַײט האָט ער עס א ַײנגעזעצט‪.‬‬

               ‫‪ 5‬און ער האָט גענומען פֿון דעם זאָמען פֿון לאַנד‪,‬‬
             ‫און האָט עס א ַײנגעפֿלאַנצט אין אַ זאָמענדיק פֿעלד‪,‬‬

                                    ‫געבראַכט לעבן װאַסער אַ סך;‬
                           ‫װי אַ װערבע האָט ער עס א ַײנגעזעצט‪.‬‬
                     ‫‪ 6‬און עס האָט געשפּראָצט‪ ,‬און איז געװאָרן‪,‬‬
               ‫אַן אױסגעשפּרײט װ ַײנשטאָק‪ ,‬נידעריק אין װוּקס;‬
                          ‫כּדי ז ַײנע צװ ַײגן זאָלן זיך קערן צו אים‪,‬‬
                       ‫און ז ַײנע װאָרצלען זאָלן ז ַײן אונטער אים;‬

                                ‫און עס איז געװאָרן אַ װ ַײנשטאָק‪,‬‬
                                  ‫און אַרױסגעבראַכט שטענגלעך‪,‬‬
                                         ‫און אַרױסגעלאָזט צװ ַײגן‪.‬‬

                  ‫‪ 7‬און עס איז געװען אַן אַנדער גרױסער אָדלער‬
                            ‫מיט פֿליגלען גרױסע און פֿעדערן פֿיל;‬
                                  ‫ערשט דער דאָזיקער װ ַײנשטאָק‬

                       ‫האָט אױסגעבײגט ז ַײנע װאָרצלען צו אים‪,‬‬
   38   39   40   41   42   43   44   45   46   47   48