Page 48 - Yekhezkel
P. 48
יחזקאל
זון זאָל ניט ל ַײדן פֿאַר דער זינד פֿון דעם פֿאָטער ,און אַ פֿאָטער זאָל
ניט ל ַײדן פֿאַר דער זינד פֿון דעם זון; די גערעכטיקײט פֿון דעם
גערעכטן זאָל ז ַײן אױף אים ,און די שלעכטיקײט פֿון דעם שלעכטן
זאָל ז ַײן אױף אים.
21און דער שלעכטער ,אַז ער קערט זיך אָפּ פֿון אַלע ז ַײנע זינד װאָס
ער האָט געטאָן ,און ער היט אַלע מ ַײנע געזעצן ,און טוט רעכט און
גערעכטיקײט ,װעט ער געװיס לעבן; ער װעט ניט שטאַרבן 22 .אַלע
ז ַײנע פֿאַרברעכן װאָס ער האָט געטאָן ,װעלן אים ניט דערמאָנט
װערן; פֿאַר ז ַײן גערעכטיקײט װאָס ער האָט געטאָן ,װעט ער לעבן.
23טו איך דען באַגערן דעם טױט פֿון דעם שלעכטן? זאָגט גאָט דער
האַר ,און ניט אַז ער זאָל זיך אומקערן פֿון ז ַײנע װעגן ,און לעבן?
24און אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון ז ַײן גערעכטיקײט ,און
טוט אומרעכט – אַזױ װי אַלע אומװערדיקײטן װאָס דער שלעכטער
האָט געטאָן טוט ער ,זאָל ער דען בל ַײבן לעבן? אַלע ז ַײנע
גערעכטיקײטן װאָס ער האָט געטאָן ,װעלן ניט דערמאָנט װערן; פֿאַר
ז ַײן פֿעלשונג װאָס ער האָט געפֿעלשט ,און פֿאַר ז ַײן זינד װאָס ער
האָט געזינדיקט ,פֿאַר זײ מוז ער שטאַרבן 25 .און איר זאָגט :ניט
ריכטיק איז דער װעג פֿון גאָט .הערט אַקאָרשט ,איר הױז פֿון ישׂראל,
איז דען מ ַײן װעג ניט ריכטיק? פֿאַר װאָר ,א ַײערע װעגן ז ַײנען ניט
ריכטיק 26 .אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון ז ַײנע גערעכטיקײט,
און טוט אומרעכט ,מוז ער דערפֿאַר שטאַרבן; פֿאַר ז ַײן אומרעכט
װאָס ער האָט געטאָן ,מוז ער שטאַרבן 27 .און אַז דער שלעכטער
קערט זיך אָפּ פֿון ז ַײן שלעכטיקײט װאָס ער האָט געטאָן ,און טוט
רעכט און גערעכטיקײט ,ראַטעװעט ער ז ַײן נפֿש 28 .װ ַײל ער האָט
זיך אַרומגעזען ,און האָט זיך אומגעקערט פֿון אַלע ז ַײנע פֿאַרברעכן
װאָס ער האָט געטאָן ,װעט ער געװיס לעבן; ער װעט ניט שטאַרבן.
29און דאָס הױז פֿון ישׂראל זאָגט :ניט ריכטיק איז דער װעג פֿון
גאָט .ז ַײנען דען מ ַײנע װעגן ניט ריכטיק ,הױז פֿון ישׂראל? פֿאַר װאָר,
א ַײערע װעגן ז ַײנען ניט ריכטיק 30 .דרום װעל איך איטלעכן לױט
ז ַײנע װעגן א ַײך משפּטן ,הױז פֿון ישׂראל ,זאָגט גאָט דער האַר .קערט
צוריק און קערט א ַײך אום פֿון אַלע א ַײערע פֿאַרברעכן ,און זאָל עס
א ַײך ניט ז ַײן פֿאַר אַ שטרױכלונג צו זינד .װאַרפֿט אַראָפּ פֿון א ַײך
אַלע א ַײערע פֿאַרברעכן װאָס איר האָט פֿאַרבראָכן מיט זײ ,און
מאַכט א ַײך אַ נ ַײ האַרץ ,און אַ נ ַײ געמיט; נאָך װאָס זאָלט איר