Page 53 - Yekhezkel
P. 53
יחזקאל
אָפּשײדן איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט; כּדי איך זאָל זײ
פֿאַרװיסטן ,כּדי זײ זאָלן װיסן אַז איך בין יהוה.
27דרום רעד צו דעם הױז פֿון ישׂראל ,דו מענטשנקינד ,און זאָלסט
זאָגן צו זײ :אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר :דערמיט אױך האָבן
א ַײערע עלטערן מיך געלעסטערט ,װאָס זײ האָבן געפֿעלשט אַ
פֿעלשונג אָן מיר 28 .װאָרום אַז איך האָב זײ געבראַכט אין דאָס
לאַנד ,װאָס איך האָב אױפֿגעהױבן מ ַײן האַנט צו זײ ,זײ עס צו געבן,
איז װוּ נאָר זײ האָבן געזען אַ הױך בערגל ,און װוּ נאָר אַ געדיכטן
בױם ,האָבן זײ דאָרטן געשלאַכט זײערע שלאַכטאָפּפֿער ,און זײ האָבן
דאָרטן געבראַכט די דערצערענונג פֿון זײער קרבן ,און דאָרטן
געמאַכט זײער געשמאַקן ֵריח ,און דאָרטן געגאָסן זײערע גיסאָפּפֿער.
29און איך האָב צו זײ געזאָגט :װאָס באַט ַײט „די ָב ָמה״? – װאָס
איר מאַכט זיך נאַריש דאָרטן; דרום רופֿט מען איר נאָמען „ ָב ָמה״ ביז
אױף ה ַײנטיקן טאָג.
30דרום זאָג צו דעם הױז פֿון ישׂראל :אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער
האַר :איר פֿאַראומרײניקט א ַײך אױף דעם שטײגער פֿון א ַײערע
עלטערן ,און נאָך זײערע אומװערדיקײטן ז ַײט איר פֿאַרפֿירט 31 ,און
אַז איר ברענגט א ַײערע אָפּפֿערגעשאַנקען ,אַז איר מאַכט דורכגײן
א ַײערע קינדער דורכן פֿ ַײער ,פֿאַראומרײניקט איר א ַײך מיט אַלע
א ַײערע אָפּגעטער ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג ,און איך זאָל זיך לאָזן
פֿרעגן פֿון א ַײך ,הױז פֿון ישׂראל? אַזױ װי איך לעב ,זאָגט גאָט דער
האַר ,אױב איך װעל זיך לאָזן פֿרעגן פֿון א ַײך! 32און װאָס א ַײך
קומט אױפֿן זינען װעט קײן מאָל ניט ז ַײן; װאָס איר זאָגט :מיר װעלן
ז ַײן אַזױ װי די אומות ,אַזױ װי די משפּחות פֿון די לענדער ,צו דינען
האָלץ און שטײן.
33אַזױ װי איך לעב ,זאָגט גאָט דער האַר,
אױב ניט מיט אַ שטאַרקער האַנט,
און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם,
און מיט אױסגעגאָסענעם גרימצאָרן,
װעל איך קיניגן אױף א ַײך!
34און איך װעל א ַײך אַרױסצ ִיען פֿון די פֿעלקער,
און װעל א ַײך א ַײנזאַמלען פֿון די לענדער,
װאָס איר ז ַײט צעשפּרײט אין זײ,