Page 56 - Yekhezkel
P. 56
יחזקאל
7מענטשנקינד ,טו ד ַײן פּנים צו ירושלים,
און רעד צו די הײליקטומען,
און זאָג נבֿיאות אױף דער ערד פֿון ישׂראל.
8און זאָלסט זאָגן צו דער ערד פֿון ישׂראל:
אַזױ האָט גאָט געזאָגט :זע ,איך קום צו דיר,
און איך װעל אַרױסצ ִיען מ ַײן שװערד פֿון איר שײד,
און װעל פֿאַרשנ ַײדן פֿון דיר דעם צדיק מיטן ָרשע.
9װ ַײל איך װיל פֿאַרשנ ַײדן פֿון דיר דעם צדיק מיטן ָרשע,
דרום װעט אַרױסגײן מ ַײן שװערד פֿון איר שײד
אױף אַלע ל ַײבער פֿון ָדרום ביז צפֿון.
10און אַלע ל ַײבער װעלן װיסן
אַז איך יהוה האָב אַרױסגעצױגן
מ ַײן שװערד פֿון איר שײד;
זי װעט זיך מער ניט אומקערן.
11און דו מענטשנקינד ,זיפֿץ;
מיט ברעכעניש פֿון לענדן און מיט ביטערקײט
זאָלסטו זיפֿצן פֿאַר זײערע אױגן.
12און עס װעט ז ַײן ,אַז זײ װעלן זאָגן צו דיר;
אױף װאָס זיפֿצסטו?
זאָלסטו זאָגן :אױף דער הערונג װאָס קומט:
און איטלעך האַרץ װעט צעגײן,
און אַלע הענט װעלן שלאַף װערן,
און איטלעך געמיט װעט באַטריבט װערן,
און אַלע קני װעלן רינען מיט װאַסער.
זע ,עס קומט ,און עס געשעט,
זאָגט גאָט דער האַר.
13און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
14מענטשנקינד ,זאָג נבֿיאות ,און זאָלסט זאָגן:
אַזױ האָט גאָט געזאָגט :זאָג:
אַ שװערד ,אַ שװערד איז געשאַרפֿט,
און איז אױך געשליפֿן;
כּדי צו שעכטן אַ שעכטונג איז זי געשאַרפֿט,
15כּדי צו האָבן אַ בליץ איז זי געשליפֿן –
װײ ,עס פֿאַרגײט דער שטאַם פֿון מ ַײן זון! –