Page 61 - Yekhezkel
P. 61

‫יחזקאל‬

                         ‫און איטלעכער האָט ז ַײן שװעסטער‪,‬‬
             ‫די טאָכטער פֿון ז ַײן פֿאָטער‪ ,‬געשענדט אין דיר‪.‬‬
 ‫‪ 12‬שוחד האָט מען גענומען אין דיר כּדי בלוט צו פֿאַרגיסן‪,‬‬

                          ‫צינדזן און מערונג האָסטו גענומען‪,‬‬
                         ‫און באַריסן ד ַײנע חבֿרים דורך רױב‪,‬‬
          ‫און אָן מיר האָסטו פֿאַרגעסן‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬

                  ‫‪ 13‬דרום זע איך האָב געקלאַפּט מ ַײן האַנט‬
       ‫װעגן ד ַײן אומערלעכן געװין װאָס דו האָסט געמאַכט‪,‬‬

           ‫און אױף ד ַײן בלוטיקײט װאָס איז אין דיר געװען‪.‬‬
                                 ‫‪ 14‬װעט ד ַײן האַרץ באַשטײן‪,‬‬

                            ‫צי װעלן ד ַײנע הענט שטאַרק ז ַײן‪,‬‬
                     ‫אין די טעג װאָס איך רעכן זיך מיט דיר?‬

                       ‫איך יהוה האָב גערעדט‪ ,‬און װעל טאָן‪.‬‬
         ‫‪ 15‬און איך װעל דיך צעשפּרײטן צװישן די פֿעלקער‪,‬‬

                      ‫און װעל דיך צעװאַרפֿן אין די לענדער‪,‬‬
           ‫און איך װעל פֿאַרלענדן ד ַײן אומרײנקײט פֿון דיר‪.‬‬

              ‫‪ 16‬און װעסט פֿאַרשװעכט װערן דורך זיך אַלײן‬
                                ‫פֿאַר די אױגן פֿון די פֿעלקער‪,‬‬

                            ‫און װעסט װיסן אַז איך בין יהוה‪.‬‬

‫‪ 17‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

                                             ‫‪ 18‬מענטשנקינד‪,‬‬
         ‫דאָס הױז פֿון ישׂראל ז ַײנען מיר געװאָרן צו פּסולת‪,‬‬

                                 ‫זײ אַלע ז ַײנען קופּער און צין‬
                   ‫און א ַײזן און בל ַײ אין דעם שמעלצאױװן;‬

                                 ‫פּסולת פֿון זילבער ז ַײנען זײ‪.‬‬
                  ‫‪ 19‬דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט‪:‬‬

                       ‫װ ַײל איר ז ַײט אַלע צו פּסולת געװאָרן‪,‬‬
                ‫דרום זעט‪ ,‬איך זאַמל א ַײך א ַײן אין ירושלים‪.‬‬
               ‫‪ 20‬אַזױ װי מע זאַמלט א ַײן זילבער און קופּער‬
              ‫און א ַײזן און בל ַײ און צין אין אַ שמעלצאױװן‪,‬‬

                                      ‫צו בלאָזן דערױף פֿ ַײער‪,‬‬
                                           ‫כּדי צו צעשמעלצן‪,‬‬

                                ‫אַזױ װעל איך א ַײך א ַײנזאַמלן‬
   56   57   58   59   60   61   62   63   64   65   66