Page 57 - Yekhezkel
P. 57
יחזקאל
זי פֿאַרלענדט דעם גאַנצן בױם.
16און מע האָט זי געגעבן צו של ַײפֿן,
אױף צו נעמען אין פֿױסט;
זי איז געשאַרפֿט ,די שװערד,
און זי איז געשליפֿן,
זי צו געבן אין האַנט פֿון דעם טײטער.
17שר ַײ און יאָמער ,דו מענטשנקינד,
װאָרום זי איז אױף מ ַײן פֿאָלק,
זי איז אױף אַלע פֿירשטן פֿון ישׂראל;
איבערגעענטפֿערט צום שװערד ז ַײנען זײ מיט מ ַײן פֿאָלק;
דרום שלאָג אױפֿן לענד.
18װאָרום ער װעט געפּרוּװט װערן; און װי נאָך!
אַז זי פֿאַרלענדט דעם שטאַם ,ער זאָל גאָר ניט ז ַײן,
זאָגט גאָט דער האַר.
19און דו מענטשנקינד ,זאָג נבֿיאות,
און קלאַפּ אַ האַנט אױף אַ האַנט,
און זאָל די שװערד פֿאַרטאָפּלט װערן דר ַײפֿאַכיק;
דאָס איז די שװערד פֿאַר די װאָס דאַרפֿן דערשלאָגן װערן,
די שװערד פֿאַר דעם גרױסן װאָס דאַרף דערשלאָגן װערן,
װאָס רינגלט זײ אַרום.
20כּדי דאָס האַרץ זאָל צעגײן,
און צו מערן די שטרױכלונגען,
האָב איך אױף אַלע זײערע טױערן
געבראַכט דעם שרעק פֿון שװערד;
װײ ,זי איז צו בליצן געמאַכט,
צו שעכטונג געשאַרפֿט.
21פֿאַרנעם זיך רעכטס,
פֿאַרקער זיך לינקס,
װוּהין ד ַײן שאַרף איז געקערט!
22און איך אױך װעל קלאַפּן אַ האַנט אױף אַ האַנט,
און װעל באַרוען מ ַײן גרימצאָרן;
איך יהוה האָב גערעדט.
23און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן: