Page 59 - Yekhezkel
P. 59
יחזקאל
דו פֿירשט פֿון ישׂראל װאָס ז ַײן טאָג איז געקומען
אין דער צ ַײט פֿון דער לעצטער פֿאַרזינדיקונג,
31אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
אַװעק די הױב! און אַראָפּ די קרױן!
דאָס איז ניט מער דאָס!
דאָס נידעריקע דערהײבן ,און דעם הױכן דערנידערן!
32אַ חורבן ,אַ חורבן ,אַ חורבן װעל איך עס מאַכן;
יאָ ,דאָס װעט מער ניט ז ַײן,
ביז עס קומט דער װעמען עס געהערט,
און איך װעל עס אים געבן.
33און דו מענטשנקינד ,זאָג נבֿיאות און זאָלסט זאָגן:
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר
אױף די קינדער פֿון עמון,
און אױף זײער לעסטערונג;
און זאָלסט זאָגן :שװערד ,דו געצױגענע שװערד,
צו שעכטונג געשליפֿן ,צום אױסהאַלטן,
כּדי בליציק צו ז ַײן –
34בעת מע זעט װעגן דיר פֿאַלשקײט,
בעת מע װאָרזאָגט װעגן דיר ליגן –
דיך צו לײגן אױף די העלדזער
פֿון ר ָשעים פֿאַרשװעכטע,
װאָס זײער טאָג איז געקומען,
אין דער צ ַײט פֿון דער לעצטער פֿאַרזינדיקונג! –
35קער זי אום אין איר שײד! –
אין דעם אָרט װוּ דו ביסט געשאַפֿן געװאָרן,
אין דעם לאַנד פֿון ד ַײן אָפּשטאַמונג,
װעל איך דיך משפּטן.
36און איך װעל אױסגיסן אױף דיר מ ַײן כּעס; –
מיט דעם פֿ ַײער פֿון מ ַײן גרימצאָרן װעל איך בלאָזן אױף דיר,
און איך װעל דיך געבן אין דער האַנט פֿון מענטשן פֿי ִישע
מ ַײנסטערס אױף אומצוברענגען.
37צום פֿ ַײער פֿאַר אַ שפּ ַײז װעסטו ז ַײן;
ד ַײן בלוט װעט ז ַײן אין מיטן לאַנד;
װעסט מער ניט געדאַכט װערן;
װאָרום איך יהוה האָב גערעדט.