Page 62 - Yekhezkel
P. 62
יחזקאל
אין מ ַײן כּעס און אין מ ַײן גרימצאָרן,
און װעל א ַײך אַר ַײנלײגן און צעשמעלצן.
21יאָ ,איך װעל א ַײך צונױפֿקל ַײבן,
און װעל בלאָזן אױף א ַײך מיט דעם פֿ ַײער פֿון מ ַײן צאָרן,
און איר װעט צעשמאָלצן װערן דרינען.
22אַזױ װי זילבער װערט צעשמאָלצן אין אַ שמעלצאױװן,
אַזױ װעט איר צעשמאָלצן װערן דרינען;
און איר װעט װיסן אַז איך יהוה
האָב אױסגעגאָסן מ ַײן גרימצאָרן אױף א ַײך.
23און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
24מענטשנקינד ,זאָג צו איר:
ביסט אַ לאַנד װאָס איז ניט גערײניקט,
ניט באַרעגנט געװאָרן אין טאָג פֿון צאָרן.
25דער בונט פֿון אירע נבֿיאים אין איר מיט
איז װי אַ ברומיקער לײב װאָס פֿאַרצוקט רױב;
נפֿשות האָבן זײ פֿאַרצערט,
שאַצן און ט ַײערע זאַכן נעמען זײ צו,
אירע אלמנות האָבן זײ געמערט אין איר.
26אירע כּהנים האָבן פֿאַרבראָכן קעגן מ ַײן תּורה,
און פֿאַרשװעכט מ ַײנע הײליקײטן;
צװישן הײליק און אומהײליק האָבן זײ ניט אָפּגעשײדט,
און צװישן רײן און אומרײן האָבן זײ ניט צו װיסן געטאָן,
און פֿון מ ַײנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרהױלן זײערע אױגן,
און איך בין פֿאַרשװעכט געװאָרן צװישן זײ.
27אירע האַרן צװישן איר
ז ַײנען װי װעלף װאָס פֿאַרצוקן רױב;
צו פֿאַרגיסן בלוט,
אומצוברענגען נפֿשות כּדי צו געװינען געװין.
28און אירע נבֿיאים האָבן זײ אָנגעשמירט טינק;
זײ זעען פֿאַלשקײט און װאָרזאָגן זײ ליגן.
זײ זאָגן„ :אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר״,
װען גאָט האָט ניט גערעדט.
29דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט געדריקט מיט געװאַלט,
און געגזלט גזלה,