Page 65 - Yekhezkel
P. 65
יחזקאל
שײנע יונגען ,דוכּסים און פֿירשטן אַלע,
עלטסטע און באַרופֿענע ,ר ַײטער אױף פֿערד אַלע.
24און זײ װעלן קומען אױף דיר אין אַ מחנה,
מיט ר ַײטװעגן און רעדער ,און מיט אַ געזעמל פֿעלקער;
מיט פּאַנצער און שילד און קיװער
װעלן זײ זיך אױסשטעלן קעגן דיר רונד אַרום;
און איך װעל איבערגעבן פֿאַר זײ דעם משפּט,
און זײ װעלן דיך משפּטן מיט זײערע משפּטים.
25און איך װעל אָנטאָן אָן דיר מ ַײן פֿאַרדראָס,
און זײ װעלן זיך באַגײן קעגן דיר מיט גרימצאָרן;
ד ַײן נאָז און ד ַײנע אױערן װעלן זײ אָפּשנ ַײדן,
און ד ַײן איבערבל ַײב װעט דורכן שװערד פֿאַלן;
ד ַײנע זין און ד ַײנע טעכטער װעלן זײ אַװעקנעמען,
און ד ַײן איבערבל ַײב װעט פֿאַרצערט װערן אין פֿ ַײער.
26און זײ װעלן דיר אױסטאָן ד ַײנע קלײדער,
און צונעמען ד ַײנע שײנע זאַכן.
27און איך װעל פֿאַרשטערן פֿון דיר ד ַײן שענדלעכקײט,
און ד ַײן זנות פֿון לאַנד מצ ַר ִים אָן,
און װעסט ניט אױפֿהײבן ד ַײנע אױגן צו זײ,
און מצ ַרִים װעסטו מער ניט דערמאָנען.
28װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
זע ,איך גיב דיר אין דער האַנט פֿון די װאָס דו האָסט פֿ ַײנט,
אין דער האַנט פֿון די װאָס ד ַײן זעל האָט זיך אָפּגעעקלט פֿון זײ.
29און זײ װעלן זיך באַגײן קעגן דיר מיט שׂנאה,
און װעלן צונעמען ד ַײן גאַנצע מי,
און װעלן דיך איבערלאָזן נאַקעט און הױל;
און אַנטפּלעקט װערן װעט ד ַײן זונהשע נאַקעטקײט,
און ד ַײן שענדלעכקײט ,און ד ַײן זנות.
30דאָס װעט מען טאָן צו דיר,
פֿאַר ד ַײן נאָכלױפֿן נאָך די פֿעלקער,
און װ ַײל דו האָסט זיך פֿאַראומרײניקט מיט זײערע אָפּגעטער.
31אין דעם װעג פֿון ד ַײן שװעסטער ביסטו געגאַנגען,
דרום װעל איך געבן איר ָכּוס אין ד ַײן האַנט.
32אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
דעם ָכּוס פֿון ד ַײן שװעסטער װעסטו טרינקען,
דעם טיפֿן און דעם ברײטן;