Page 58 - Yekhezkel
P. 58
יחזקאל
24און דו מענטשנקינד ,מאַך דיר צװײ װעגן,
פֿאַר דעם שװערד פֿון דעם מלך פֿון ָבבֿל צו קומען;
פֿון אײן לאַנד זאָלן זײ בײדע אַרױסגײן.
און אַ װעגװ ַײזער שטעל אױף;
ב ַײם אָנהײב װעג צו דער שטאָט שטעל אים אױף.
25מאַך אַ װעג פֿאַר דער שװערד
צו קומען אױף ַר ָבה פֿון די קינדער פֿון עמון,
און אױף יהוּדה אין ירושלים באַפֿעסטיקט.
26װאָרום דער מלך פֿון ָבבֿל שטעלט זיך
ב ַײ דער שײדונג פֿון װעג,
ב ַײם אָנהײב פֿון בײדע װעגן,
צו טרעפֿן מיט כּישוף;
ער שאָקלט מיט פֿ ַײלן,
ער פֿרעגט ב ַײ דעם תּרפֿים,
ער קוקט אין אַ לעבער.
27אין ז ַײן רעכטער האַנט איז דער גורל אױף ירושלים
אָנצושטעלן שטורעמבעק,
צו עפֿענען דאָס מױל מיט רציחה,
אױפֿצוהײבן דעם ָקול אין געשרײ,
צו שטעלן שטורעמבעק אױף די טױערן,
אָנצושיטן אַן ערדװאַל,
צו בױען אַ באַלעגער-מױער.
28און ב ַײ זײ װעט עס ז ַײן
װי אַ פֿאַלשער כּישוף אין זײערע אױגן;
װאָכן אױף װאָכן האָבן זײ נאָך!
אָבער דאָס מאַכט דערמאָנען די זינד,
אַז זײ זאָלן געכאַפּט װערן.
29דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:
װ ַײל איר האָט געמאַכט דערמאָנען א ַײערע זינד,
װען א ַײערע פֿאַרברעכן ז ַײנען אַנטפּלעקט געװאָרן,
אַזױ אַז א ַײערע זינד װ ַײזן זיך אַרױס
אין אַלע א ַײערע מעשׂים –
װ ַײל איר ז ַײט דערמאָנט געװאָרן,
װעט איר מיט דער האַנט געכאַפּט װערן.
30און דו ָרשע פֿאַרשװעכטער,