Page 54 - Yekhezkel
P. 54
יחזקאל
מיט אַ שטאַרקער האַנט,
און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם,
און מיט אױסגעגאָסענעם גרימצאָרן.
35און איך װעל א ַײך ברענגען צום מדבר פֿון די פֿעלקער,
און װעל זיך משפּטן מיט א ַײך ,פּנים-אל-פּנים.
36אַזױ װי איך האָב זיך געמשפּט מיט א ַײערע עלטערן
אין מדבר פֿון לאַנד מצ ַר ִים,
אַזױ װעל איך זיך משפּטן מיט א ַײך,
זאָגט גאָט דער האַר.
37און איך װעל א ַײך מאַכן דורכגײן אונטער דער רוט,
און װעל א ַײך ברענגען אין דער פֿאַרקניפּונג פֿון בונד.
38און איך װעל אױסרײניקן פֿון א ַײך די װידערשפּעניקער,
און די װאָס ברעכן אָן מיר;
פֿון דעם לאַנד פֿון זײער פֿרעמדשאַפֿט
װעל איך זײ אַרױסצ ִיען,
אָבער אױף דער ערד פֿון ישׂראל
װעלן זײ ניט קומען;
און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.
39און איר הױז פֿון ישׂראל,
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
גײט דינט איטלעכער ז ַײנע אָפּגעטער,
אַזױ װי איר װילט ניט צוהערן צו מיר;
אָבער מ ַײן הײליקן נאָמען זאָלט איר מער ניט פֿאַרשװעכן
מיט א ַײערע אָפּפֿערגעשאַנקען ,און מיט א ַײערע אָפּגעטער.
40װאָרום אױף מ ַײן הײליקן באַרג,
אױף דעם הױכן באַרג פֿון ישׂראל ,זאָגט גאָט דער האַר,
דאָרטן װעט דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל אין גאַנצן
מיר דינען אין לאַנד; דאָרטן װעל איך זײ באַװיליקן,
און דאָרטן װעל איך פֿאַרלאַנגען א ַײערע אָפּשײדונגען,
און א ַײערע ערשטגאָבן ,מיט אַלע א ַײערע געהײליקטע זאַכן.
41דורך אַ געשמאַקן ֵריח װעל איך א ַײך באַװיליקן,
װען איך צי א ַײך אַרױס פֿון די פֿעלקער,
און װעל א ַײך א ַײנזאַמלען פֿון די לענדער
װאָס איר ז ַײט צעשפּרײט אין זײ;
און איך װעל געהײליקט װערן דורך א ַײך
אין די אױגן פֿון די אומות.