Page 51 - Yekhezkel
P. 51

‫יחזקאל‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען אין זיבעטן יאָר‪ ,‬אין פֿינפֿטן חודש‪ ,‬אין‬

‫צענטן טאָג פֿון חודש‪ ,‬ז ַײנען געקומען מענער פֿון די עלטסטעכ‬

‫פֿון ישׂראל צו פֿרעגן ב ַײ גאָט‪ ,‬און זײ ז ַײנען געזעסן פֿאַר מיר‪.‬‬
‫‪ 2‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫‪ 3‬מענטשנקינד‪ ,‬רעד צו די עלטסטע פֿון ישׂראל‪ ,‬און זאָלסט זאָגן צו‬
‫זײ‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪ :‬פֿרעגן ב ַײ מיר ז ַײט איר‬
‫געקומען? אַזױ װי איך לעב‪ ,‬אױב איך װעל זיך לאָזן פֿרעגן פֿון א ַײך!‬
‫זאָגט גאָט דער האַר‪ 4 .‬װילסטו זײ משפּטן? װילסטו משפּטן‪,‬‬
‫מענטשנקינד? לאָז זײ װיסן די אומװערדיקײטן פֿון זײערע עלטערן‪.‬‬
‫‪ 5‬און זאָלסט זאָגן צו זײ‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪ :‬אין דעם‬
‫טאָג װאָס איך האָב אױסדערװײלט ישׂראל‪ ,‬און איך האָב‬
‫אױפֿגעהױבן מ ַײן האַנט צו דעם זאָמען פֿון דעם הױז פֿון יעקבֿ‪ ,‬און‬
‫האָב זיך געלאָזט דערקענען צו זײ אין לאַנד מצ ַר ִים‪ ,‬האָב איך‬
‫אױפֿגעהױבן מ ַײן האַנט צו זײ‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬איך בין יהוה א ַײער‬
‫גאָט‪ 6 .‬אין יענעם טאָג האָב איך אױפֿגעהױבן מ ַײן האַנט צו זײ‪ ,‬זײ‬
‫אַרױסצוצ ִיען פֿון לאַנד מצ ַר ִים אין אַ לאַנד װאָס איך האָב‬
‫אױסגעזוכט פֿאַר זײ‪ ,‬װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק‪ ,‬װאָס איז‬
‫דאָס ש ַײנדל פֿון אַלע לענדער‪ 7 .‬און איך האָב צו זײ געזאָגט‪ :‬װאַרפֿט‬
‫אַװעק איטלעכער די אומװערדיקײטן פֿון ז ַײנע אױגן‪ ,‬און מיט די‬
‫אָפּגעטער פֿון מצ ַר ִים זאָלט איר א ַײך ניט פֿאַראומרײניקן; איך בין‬
‫יהוה א ַײער גאָט‪ 8 .‬אָבער זײ האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר‪ ,‬און זײ‬
‫האָבן ניט געװאָלט צוהערן צו מיר; זײ האָבן ניט אַװעקגעװאָרפֿן‬
‫איטלעכער די אומװערדיקײטן פֿון זײערע אױגן‪ ,‬און די אָפּגעטער פֿון‬
‫מצ ַר ִים האָבן זײ ניט פֿאַרלאָזן; און איך האָב געטראַכט אױסצוגיסן‬
‫מ ַײן גרימצאָרן אױף זײ‪ ,‬אױסצולאָזן מ ַײן כּעס אױף זײ אין לאַנד‬
‫מצ ַר ִים‪ 9 .‬אָבער איך האָב געטאָן פֿון מ ַײן נאָמען װעגן‪ ,‬כּדי ער זאָל‬
‫ניט פֿאַרשװעכט װערן אין די אױגן פֿון די פֿעלקער‪ ,‬װאָס זײ ז ַײנען‬
‫געװען צװישן זײ‪ ,‬װאָס פֿאַר זײערע אױגן האָב איך זיך געלאָזט‬
‫דערקענען צו זײ‪ ,‬זײ אַרױסצוצִיען פֿון לאַנד מצ ַר ִים‪ 10 .‬און איך האָב‬
‫זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מצ ַר ִים‪ ,‬און האָב זײ געבראַכט אין דער‬
‫מדבר‪ 11 .‬און איך האָב זײ געגעבן מ ַײנע חוקים‪ ,‬און מ ַײנע געזעצן זײ‬
‫געלאָזט װיסן‪ ,‬װאָס אַז דער מענטש טוט זײ‪ ,‬לעבט ער דורך זײ‪.‬‬
‫‪ 12‬און אױך מ ַײנע שבֿטים האָב איך זײ געגעבן‪ ,‬צו ז ַײן פֿאַר אַ צײכן‬
‫צװישן מיר און צװישן זײ‪ ,‬כּדי זײ זאָלן װיסן אַז איך יהוה הײליק זײ‪.‬‬
‫‪ 13‬אָבער דאָס הױז פֿון ישׂראל האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר אין‬
‫דער מדבר‪ :‬אין מ ַײנע חוקים ז ַײנען זײ ניט געגאַנגען‪ ,‬און מ ַײנע‬
   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55   56