Page 50 - Yekhezkel
P. 50
יחזקאל
אין זײער גרוב איז ער געכאַפּט געװאָרן.
9און זײ האָבן אים אַר ַײנגעטאָן אין אַ שט ַײג מיט רינגען,
און אים געבראַכט צו דעם מלך פֿון ָבבֿל;
אים געבראַכט אין פֿעסטונגען,
כּדי ז ַײן ָקול זאָל ניט געהערט װערן מער
אױף די בערג פֿון ישׂראל.
10ד ַײן מוטער איז – צוגל ַײכנדיק – געװען װי אַ װ ַײנשטאָק
ב ַײ װאַסער געפֿלאַנצט;
פֿרוכטיק און צװ ַײגהאַפֿטיק
איז ער פֿון פֿיל װאַסער געװען.
11און ער האָט געהאַט שטאַרקע שטאָקן,
פֿאַר צעפּטערס פֿון געװעלטיקער;
און ז ַײן װוּקס האָט זיך אױפֿגעהױבן
פֿון צװישן געדיכטענישן,
און ער האָט זיך אָנגעזען מיט ז ַײן הײך,
מיט די פֿיל צװ ַײגן ז ַײנע.
12אָבער ער איז אױסגעריסן געװאָרן מיט גרימצאָרן,
צו דער ערד איז ער אַנידערגעװאָרפֿן געװאָרן;
און דער מזרח-װינט האָט פֿאַרטריקנט ז ַײן פֿרוכט,
צעבראָכן און פֿאַרטריקנט געװאָרן
ז ַײנען ז ַײנע שטאַרקע שטאָקן,
אַ פֿ ַײער האָט אים פֿאַרצערט.
13און אַצונד איז ער אין מדבר געפֿלאַנצט,
אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש און דאָרשטיקײט.
14און אַ פֿ ַײער איז אַרױס פֿון ז ַײן צװ ַײגנשטאָק,
ז ַײן פֿרוכט האָט עס פֿאַרצערט,
און ניטאָ אין אים אַ שטאַרקער שטאָק,
אַ צעפּטער צום געװעלטיקן.
אַ קלאָגליד איז דאָס,
און געבליבן צום קלאָגליד.