Page 49 - Yekhezkel
P. 49
יחזקאל
שטאַרבן ,הױז פֿון ישׂראל? װאָרום איך באַגער ניט דעם טױט פֿון
דעם װאָס שטאַרבט ,זאָגט גאָט דער האַר; דרום קערט א ַײך אום,
און בל ַײבט לעבן.
1און דו הײב אױף אַ קלאָג אױף די פֿירשטן פֿון ישׂראל 2 ,און
זאָלסט זאָגן:יט
װי איז ד ַײן מוטער אַ לײבינטע געװען!
צװישן לײבן האָט זי געהױערט,
צװישן יונגלײבן
האָט זי אירע יונגע דערצױגן.
3און זי האָט אױפֿגעבראַכט אײנעם פֿון אירע יונגע,
אַ יונגלײב איז ער געװאָרן;
און ער האָט זיך אױסגעלערנט רױב פֿאַרצוקן,
מענטשן האָט ער געגעסן.
4האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט אױף אים פֿעלקער –
אין זײער גרוב איז ער געכאַפּט געװאָרן;
און זײ האָבן אים מיט רינגען
קײן לאַנד מצ ַר ִים געבראַכט.
5און זי האָט געזען אַז אומזיסט האָט זי געהאַרט,
פֿאַרלאָרן איז איר האָפֿונג,
האָט זי װידער גענומען אײנעם פֿון אירע יונגע,
פֿאַר אַ יונגלײב האָט זי אים געמאַכט.
6און ער איז אומגעגאַנגען צװישן לײבן,
אַ יונגלײב איז ער געװאָרן;
אום ער האָט זיך אױסגעלערנט רױב פֿאַרצוקן,
מענטשן האָט ער געגעסן.
7און ער האָט געמערקט זײערע פּאַלאַצן,
און פֿאַרװיסט זײערע שטעט;
און דאָס לאַנד מיט איר פֿולקײט איז חרובֿ געװאָרן
פֿון דעם ָקול פֿון ז ַײן ברילן.
8האָבן זיך פֿעלקער אַ לאָז געטאָן אױף אים,
רונד אַרום פֿון די מדינות,
און אױסגעשפּרײט אױף אים זײער נעץ –