Page 45 - Yekhezkel
P. 45

‫יחזקאל‬

                   ‫אַז מע זאָל אים געבן פֿערד און פֿיל פֿאָלק‪.‬‬
                                             ‫זאָל ער באַגליקן?‬

           ‫זאָל אַנטרונען װערן דער װאָס טוט דאָס דאָזיקע?‬
         ‫זאָל ער פֿאַרשטערן דעם בונד‪ ,‬און אַנטרונען װערן?‬

                    ‫‪ 16‬אַזױ װי איך לעב‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר‪,‬‬
                         ‫אױב ניט אין דעם אָרט פֿון דעם מלך‬
                            ‫װאָס האָט אים צום מלך געמאַכט‪,‬‬
                            ‫װעמעס שבֿועה ער האָט פֿאַראַכט‪,‬‬

                     ‫און װעמעס בונד ער האָט פֿאַרשטערט –‬
                           ‫ב ַײ אים אין ָבבֿל װעט ער שטאַרבן!‬

           ‫‪ 17‬און ניט מיטן גרױסן חיל און מיטן פֿיל געזעמל‬
                        ‫װעט פּרעה אים ב ַײשטײן אין מלחמה‪,‬‬

‫װען מע שיט אָן אַן ערדװאַל און מע בױט אַ באַלעגער‪-‬מױער‪,‬‬
                                   ‫צו פֿאַרשנ ַײדן נפֿשות אַ סך;‬

                         ‫‪ 18‬װ ַײל ער האָט פֿאַראַכט די שבֿועה‪,‬‬
                                     ‫צו פֿאַרשטערן דעם בונד‪,‬‬

                           ‫און אָט האָט ער געגעבן ז ַײן האַנט‪,‬‬
                            ‫און האָט געטאָן אַל דאָס דאָזיקע‪,‬‬

                                 ‫װעט ער ניט אַנטרונען װערן‪.‬‬
              ‫‪ 19‬פֿאַר װאָר‪ ,‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
       ‫אַזױ װי איך לעב‪ ,‬מ ַײן שבֿועה װאָס ער האָט פֿאַראַכט‪,‬‬

                   ‫און מ ַײן בונד װאָס ער האָט פֿאַרשטערט –‬
             ‫אױב איך װעל עס ניט פֿאַרגעלטן אױף ז ַײן קאָפּ!‬
            ‫‪ 20‬און איך װעל פֿאַרשפּרײטן אױף אים מ ַײן נעץ‪,‬‬
              ‫און ער װעט געפֿאַנגען װערן אין מ ַײן פּאַסטקע‪,‬‬

                          ‫און איך װעל אים ברענגען קײן ָבבֿל‪,‬‬
                         ‫און װעל זיך משפּטן מיט אים דאָרטן‬
          ‫פֿאַר ז ַײן פֿעלשונג װאָס ער האָט געפֿעלשט אָן מיר‪.‬‬
        ‫‪ 21‬און אַלע ז ַײנע אַנטלאָפֿענע אין אַלע ז ַײנע מחנות‪,‬‬

                                 ‫זײ װעלן פֿאַלן דורכן שװערד‪,‬‬
  ‫און די געבליבענע װעלן אױף אַלע װינטן צעשפּרײט װערן;‬

               ‫און איר װעט װיסן אַז איך יהוה האָב גערעדט‪.‬‬

                         ‫‪ 22‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
            ‫און איך אַלײן װעל נעמען פֿון הױכן צעדערשפּיץ‪,‬‬

                                         ‫און װעל עס א ַײנזעצן;‬
   40   41   42   43   44   45   46   47   48   49   50