Page 46 - Yekhezkel
P. 46

‫יחזקאל‬

            ‫פֿון ז ַײנע אױבערשטע ריטלעך װעל איך אַ יונגס אָפּר ַײסן‪,‬‬
                                    ‫און איך אַלײן װעל עס א ַײנפֿלאַנצן‬

                                ‫אױף אַ הױכן און דערהױבענעם באַרג‪.‬‬
       ‫‪ 23‬אױף דעם הױכן באַרג פֿון ישׂראל װעל איך עס א ַײנפֿלאַנצן‪,‬‬

                      ‫און עס װעט טראָגן צװ ַײגן‪ ,‬און ברענגען פֿרוכט‪,‬‬
                                 ‫און װערן אַ פּראַכטיקער צעדערבױם;‬
                                           ‫און אונטער אים װעלן רוען‬
                                    ‫אַלע פֿױגלען פֿון אַלערלײ פֿליגלען;‬

                             ‫אין שאָטן פֿון ז ַײנע צװ ַײגן װעלן זײ רוען‪.‬‬
                             ‫‪ 24‬און אַלע בײמער פֿון פֿעלד װעלן װיסן‬
                       ‫אַז איך יהוה האָב דערנידערט דעם הױכן בױם‪,‬‬

                                        ‫דערהױכט דעם נידעריקן בױם‪,‬‬
                                        ‫פֿאַרטריקנט דעם פֿ ַײכטן בױם‪,‬‬
                          ‫און געמאַכט בלִיען דעם פֿאַרטריקנטן בױם;‬
                              ‫איך יהוה האָב גערעדט און האָב געטאָן‪.‬‬

‫‪ 1‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

‫‪ 2‬װאָס איז מיט א ַײך װאָס איר זאָגט דאָס דאָזיקע װערטליח‬
                                    ‫אין לאַנד פֿון ישׂראל‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

                         ‫די פֿאָטערס האָבן געגעסן זױערע װ ַײנטרױבן‪,‬‬
                              ‫און די צײן פֿון די קינדער ז ַײנען ה ַײליק?‬

‫‪ 3‬אַזױ װי איך לעב‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר‪ ,‬אױב מע װעט מער ב ַײ א ַײך‬
‫זאָגן דאָס דאָזיקע װערטל אין ישׂראל! ‪ 4‬זעט‪ ,‬אַלע נפֿשות ז ַײנען‬
‫מ ַײנע; דער נפֿש פֿון דעם פֿאָטער אַזױ װי דער נפֿש פֿון דעם זון איז‬

                    ‫מ ַײנער; דער נפֿש װאָס זינדיקט‪ ,‬ער זאָל שטאַרבן‪.‬‬

‫‪ 5‬און אַז אַ מאַן איז אַ צדיק‪ ,‬און ער טוט רעכט און גערעכטיקײט;‬
‫‪ 6‬אױף די בערג האָט ער ניט געגעסן‪ ,‬און ז ַײנע אױגן האָט ער ניט‬
‫אױפֿגעהױבן צו די אָפּגעטער פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל‪ ,‬און די װ ַײב‬
‫פֿון ז ַײן חבֿר האָט ער ניט פֿאַראומרײניקט‪ ,‬און צו אַ פֿרױ אין איר‬
‫אומרײנקײט גענענט ער ניט; ‪ 7‬און קײן מענטשן קריװדעט ער ניט‪,‬‬
‫פֿאַרמשכּונטס ב ַײ אים פֿאַר אַ חובֿ קערט ער אום‪ ,‬גזלה גזלט ער‬
‫ניט; ז ַײן ברױט גיט ער דעם הונגעריקן‪ ,‬און דעם נאַקעטן דעקט ער‬
   41   42   43   44   45   46   47   48   49   50   51