Page 34 - Yekhezkel
P. 34
יחזקאל
אַזױ װי איך לעב ,זאָגט גאָט דער האַר,
אױב זײ װעלן מציל ז ַײן זין אָדער טעכטער!
זײ אַלײן װעלן ניצול װערן,
אָבער דאָס לאַנד װעט װערן אַ װיסטעניש.
17אָדער װען אַ שװערד זאָל איך ברענגען אױף יענעם לאַנד,
און זאָגן :אַ שװערד זאָל דורכגײן אין לאַנד;
און איך זאָל פֿאַרשנ ַײדן פֿון איר מענטשן און בהמות,
18און די דאָזיקע דר ַײ מענער ז ַײנען אין איר,
אַזױ װי איך לעב ,זאָגט גאָט דער האַר,
זײ װעלן ניט מציל ז ַײן זין און טעכטער;
בלױז זײ אַלײן װעלן ניצול װערן.
19אָדער װען אַ פּעסט זאָל איך שיקן אױף יענעם לאַנד,
און אױסגיסן מ ַײן גרימצאָרן אױף איר מיט בלוט,
צו פֿאַרשנ ַײדן פֿון איר מענטשן און בהמות,
20און נֹח ,דניאל ,און ִאיובֿ ז ַײנען אין איר,
אַזױ װי איך לעב ,זאָגט גאָט דער האַר,
אױב זײ װעלן מציל ז ַײן אַ זון אָדער אַ טאָכטער!
זײ װעלן מיט זײער גערעכטיקײט
נאָר מציל ז ַײן זײער נפֿש.
21פֿאַר װאָר ,אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
ה ַײנט װי שױן אַז מ ַײנע פֿיר בײזע שטראָפֿן,
שװערד ,און הונגער ,און אַ בײזע חיה ,און פּעסט,
האָב איך אָנגעשיקט אױף ירושלים,
צו פֿאַרשנ ַײדן פֿון איר מענטשן און בהמות!
22אָבער אָט איז געבליבן אַן אַנטרינונג אין איר,
די װאָס װערן אַרױסגעפֿירט ,זין און טעכטער;
אָט קומען זײ אַרױס צו א ַײך,
און איר װעט זען זײער װעג און זײערע מעשׂים,
און איר װעט א ַײך טרײסטן װעגן דעם בײז
װאָס איך האָב געבראַכט אױף ירושלים,
װעגן אַלץ װאָס איך האָב געבראַכט אױף איר;
23װאָרום זײ װעלן א ַײך ז ַײן אַ טרײסטונג,
אַז איר װעט זען זײער װעג און זײערע מעשׂים;
און איר װעט װיסן אַז ניט אומזיסט האָב איך געטאָן
אַלץ װאָס איך האָב געטאָן אין איר,
זאָגט גאָט דער האַר.