Page 28 - Yekhezkel
P. 28
יחזקאל
װעגן די באַװױנער פֿון ירושלים אױף דער ערד פֿון ישׂראל:
זײער ברױט װעלן זײ מיט זאָרג עסן,
און זײער װאַסער װעלן זײ מיט באַנומעניש טרינקען,
װ ַײל איר לאַנד װעט פֿאַרװיסט װערן פֿון איר פֿולקײט,
פֿון װעגן דעם אומרעכט פֿון אַלע װאָס װױנען אין איר.
20און די באַזעצטע שטעט װעלן חרובֿ װערן,
און דאָס לאַנד װעט אַ װיסטעניש ז ַײן;
און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.
21און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
22מענטשנקינד ,װאָס איז דאָס דאָזיקע װערטל ב ַײ א ַײך
אין לאַנד פֿון ישׂראל ,אַזױ צו זאָגן:
עס לענגערן זיך די טעג,
און צו נישט װערט איטלעכע זעונג?
23דרום זאָג צו זײ :אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
איך פֿאַרשטער דאָס דאָזיקע װערטל,
און מע װעט עס מער ניט זאָגן אין ישׂראל.
נ ַײערט רעד צו זײ :עס גענענען די טעג,
און די געשעונג פֿון איטלעכער זעונג.
24װאָרום מער װעט ניט ז ַײן קײן פֿאַלשע זעונג
און גלאַטע װאָרזאָגער ַײ אין הױז פֿון ישׂראל.
25נ ַײערט איך יהוה װעל רעדן ,װאָסער װאָרט איך װעל רעדן,
און עס װעט געשען; עס װעט זיך מער ניט פֿאַרצִיען.
װאָרום אין א ַײערע טעג ,איר װידערשפּעניק געזינדל,
װעל איך רעדן אַ װאָרט ,און װעל עס טאָן,
זאָגט גאָט דער האַר.
26און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
27מענטשנקינד ,זע ,דאָס הױז פֿון ישׂראל זאָגט:
די זעונג װאָס ער זעט איז אױף פֿיל טעג אַרום,
און אױף װ ַײטע צ ַײטן זאָגט ער נבֿיאות.
28דרום זאָג צו זײ :אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
מער װעלן זיך ניט פֿאַרצִיען אַלע מ ַײנע װערטער;