Page 27 - Yekhezkel
P. 27
יחזקאל
װאָס זײ ז ַײנען צװישן זײ.
11זאָג :איך בין א ַײער צײכן;
װי איך האָב געטאָן ,אַזױ װעט געטאָן װערן צו זײ:
אין גלות ,אין געפֿאַנגענשאַפֿט װעלן זײ גײן.
12און דער פֿירשט װאָס צװישן זײ
װעט אױפֿן אַקסל טראָגן,
און אין שטאָקפֿינצטערניש װעט ער אַרױסגײן;
די װאַנט װעט מען דורכגראָבן
אים אַרױסצופֿירן דורך איר;
ז ַײן פּנים װעט ער פֿאַרדעקן,
כּדי ער זאָל ניט אָנקוקן מיטן אױג דאָס לאַנד.
13און איך װעל אױסשפּרײטן מ ַײן נעץ אױף אים,
און ער װעט געפֿאַנגען װערן אין מ ַײן פּאַסטקע;
און איך װעל אים ברענגען קײן ָבבֿל
אין לאַנד פֿון די ַכּשׂדים,
אָבער ער װעט עס ניט אָנקוקן,
הגם דאָרטן װעט ער שטאַרבן.
14און אַלע װאָס רונד אַרום אים,
ז ַײנע העלפֿער ,און אַלע ז ַײנע מחנות,
װעל איך צעשפּרײטן אױף אַלע װינטן,
און אַ שװערד װעל איך אַרױסצ ִיען הינטער זײ.
15און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה,
װען איך צעװאַרף זײ צװישן די פֿעלקער,
און װעל זײ צעשפּרײטן אין די לענדער.
16נאָר געצײלטע מענטשן פֿון זײ װעל איך איבערלאָזן
פֿון שװערד ,פֿון הונגער ,און פֿון פּעסט,
כּדי זײ זאָלן דערצײלן אַלע זײערע אומװערדיקײטן
צװישן די פֿעלקער װאָס זײ ז ַײנען געקומען אַהין;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.
17און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
18מענטשנקינד ,ד ַײן ברױט זאָלסטו מיט ציטערניש עסן,
און ד ַײן װאַסער זאָלסטו מיט אומרו און מיט זאָרג טרינקען.
19און זאָלסט זאָגן צו דעם פֿאָלק פֿון לאַנד:
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר