Page 22 - Yekhezkel
P. 22

‫יחזקאל‬

‫אַזױ איז ער אַר ַײנגעגאַנגען‪ ,‬און האָט זיך געשטעלט לעבן אַ ראָד‪.‬‬
‫‪ 7‬און דער כּרובֿ האָט אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט פֿון צװישן די‬
‫כּרובֿים צו דעם פֿ ַײער װאָס צװישן די כּרובֿים‪ ,‬און ער האָט‬
‫אױפֿגעהױבן און געגעבן אין די הױפֿנס פֿון דעם אָנגעטאָנענעם אין‬
‫ל ַײנען; און דער האָט עס גענומען‪ ,‬און איז אַרױסגעגאַנגען‪ 8 .‬און ב ַײ‬
‫די כּרובֿים האָט זיך געזען די געשטאַלט פֿון אַ מענטשנס האַנט‬
‫אונטער זײערע פֿליגלען‪ 9 .‬און איך האָב געזען‪ ,‬ערשט פֿיר רעדער‬
‫ז ַײנען לעבן די כּרובֿים‪ ,‬אײן ראָד לעבן אײן כּרובֿ‪ ,‬אײן ראָד לעבן אײן‬
‫כּרובֿ; און דאָס אױסזען פֿון די רעדער איז געװען אַזױ װי דער‬
‫אָנבליק פֿון גאָלדשטײן‪ 10 .‬און זײער אױסזען‪ :‬אײן געשטאַלט איז‬
‫געװען ב ַײ זײ פֿירן‪ ,‬אַזױ װי עס װאָלט ז ַײן אַ ראָד אין אַ ראָד‪ 11 .‬אַז‬
‫זײ ז ַײנען געגאַנגען‪ ,‬ז ַײנען זײ געגאַנגען צו זײערע פֿיר ז ַײטן‪ :‬זײ האָבן‬
‫זיך ניט אומגעדרײט ב ַײ זײער גײן‪ ,‬נ ַײערט צום אָרט װוּהין דער קאָפּ‬
‫איז געװען געקערט‪ ,‬נאָך אים ז ַײנען זײ געגאַנגען; זײ האָבן זיך ניט‬
‫אומגעדרײט ב ַײ זײער גײן‪ 12 .‬און זײער גאַנצער ל ַײב‪ ,‬און זײער רוקן‪,‬‬
‫און זײערע הענט‪ ,‬און זײערע פֿליגלען‪ ,‬און די רעדער‪ ,‬ז ַײנען געװען‬
‫פֿול מיט אױגן רונד אַרום – זײערע רעדער ב ַײ זײ פֿירן‪ 13 .‬די‬
‫רעדער‪ ,‬זײ האָט מען אָנגערופֿן „דער ַגלַגל” אין מ ַײנע אױערן‪ 14 .‬און‬
‫פֿיר פּנימער ז ַײנען ב ַײ איטלעכן געװען‪ :‬אײן פּנים דער פּנים פֿון אַ‬
‫כּרובֿ‪ ,‬און דער צװײטער פּנים דער פּנים פֿון אַ מענטשן‪ ,‬און דער‬
‫דריטער דער פּנים פֿון אַ לײב‪ ,‬און דער פֿירטער דער פּנים פֿון אַן‬
‫אָדלער‪ 15 .‬און די כּרובֿים האָבן זיך אױפֿגעהױבן‪ .‬דאָס איז געװען די‬
‫חיה װאָס איך האָב געזען ב ַײם ט ַײך כּבֿר‪ 16 .‬און אַז די כּרובֿים ז ַײנען‬
‫געגאַנגען‪ ,‬ז ַײנען געגאַנגען די רעדער לעבן זײ‪ ,‬און אַז די כּרובֿים‬
‫האָבן אױפֿגעשטעלט זײערע פֿליגלען זיך אױפֿצוהײבן פֿון דער ערד‪,‬‬
‫האָבן אױך די רעדער זיך ניט אָפּגעדרײט פֿון לעבן זײ‪ 17 .‬אַז יענע‬
‫ז ַײנען געשטאַנען‪ ,‬ז ַײנען די געשטאַנען‪ ,‬און אַז יענע האָבן זיך‬
‫אױפֿגעהױבן‪ ,‬האָבן זײ זיך אױפֿגעהױבן מיט זײ‪ ,‬װאָרום דער ג ַײסט‬
‫פֿון דער חיה איז געװען אין זײ‪ 18 .‬און די פּראַכט פֿון גאָט איז אַװעק‬
‫פֿון דעם שװעל פֿון הױז‪ ,‬און האָט זיך געשטעלט אױף די כּרובֿים‪.‬‬
‫‪ 19‬און די כּרובֿים האָבן אױפֿגעשטעלט זײערע פֿליגלען‪ ,‬און האָבן‬
‫זיך אױפֿגעהױבן פֿון דער ערד פֿאַר מ ַײנע אױגן ב ַײ זײער אַרױסגײן‪,‬‬
‫און די רעדער באַגל ַײך מיט זײ; און זײ האָבן זיך געשטעלט ב ַײם‬
‫א ַײנגאַנג פֿון מזרח‪-‬טױער פֿון גאָטס הױז; און די פּראַכט פֿון דעם‬
‫גאָט פֿון ישׂראל איז געװען איבער זײ פֿון אױבן‪ 20 .‬דאָס איז די חיה‬
‫װאָס איך האָב געזען אונטער דעם גאָט פֿון ישׂראל‪ ,‬ב ַײם ט ַײך כּבֿר;‬
   17   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27