Page 19 - Yekhezkel
P. 19

‫יחזקאל‬

‫געװען דער אָרט פֿון דעם דערצערנבילד װאָס דערצערנט‪ 4 .‬ערשט‬
‫דאָרטן איז די פּראַכט פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל‪ ,‬אַזױ װי די זעונג‬
‫װאָס איך האָב געזען אין טאָל‪ 5 .‬און ער האָט צו מיר געזאָגט‪:‬‬
‫מענטשנקינד‪ ,‬הײב אַקאָרשט אױף ד ַײנע אױגן קעגן צפֿון‪ .‬האָב איך‬
‫אױפֿגעהױבן מ ַײנע אױגן קעגן צפֿון‪ ,‬ערשט אין צפֿון פֿון דעם טױער‬
‫פֿון מזבח איז דאָס דאָזיקע דערצערנבילד‪ ,‬ב ַײם אַר ַײנגאַנג‪ 6 .‬און ער‬
‫האָט צו מיר געזאָגט‪ :‬מענטשנקינד‪ ,‬דו זעסט װאָס זײ טוען? די‬
‫גרױסע אומװערדיקײטן װאָס דאָס הױז פֿון ישׂראל טוט דאָ‪ ,‬כּדי איך‬
‫זאָל מיך דערװ ַײטערן פֿון מ ַײן הײליקטום? און װעסט נאָך װ ַײטער‬
‫זען גרעסערע אומװערדיקײטן‪ 7 .‬און ער האָט מיך געבראַכט צום‬
‫א ַײנגאַנג פֿון הױף‪ ,‬און איך האָב געזען‪ ,‬ערשט אַ לאָך איז אין דער‬
‫װאַנט‪ 8 .‬האָט ער צו מיר געזאָגט‪ :‬מענטשנקינד‪ ,‬גראָב אַקאָרשט אין‬
‫דער װאַנט‪ .‬און איך האָב געגראָבן אין דער װאַנט‪ ,‬ערשט אַן‬
‫א ַײנגאַנג‪ 9 .‬האָט ער צו מיר געזאָגט‪ :‬גײ אַר ַײן‪ ,‬און זע די בײזע‬
‫אומװערדקײטן װאָס זײ טוען דאָ‪ 10 .‬בין איך אַר ַײנגעגאַנגען‪ ,‬און‬
‫האָב געזען‪ ,‬ערשט אַלערלײ אומװערדיקע געשטאַלטן פֿון שרצים‬
‫און בהמות‪ ,‬און אַלערלײ אָפּגעטער פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל‪ ,‬ז ַײנען‬
‫אױסגעקריצט אױף דער װאַנט רונד אַרום‪ 11 .‬און פֿאַר זײ שטײען‬
‫זיבעציק מאַן פֿון די עלטסטע פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל‪ ,‬און ַי ֲאַזנָיהוּ‬
‫דער זון פֿון ָשפֿנען שטײט אין מיטן פֿון זײ‪ ,‬און איטלעכער מיט ז ַײן‬
‫רײכערפֿאַן אין ז ַײן האַנט‪ ,‬און אַ דיקער װאָלקן פֿון דעם װ ַײרױך גײט‬
‫אױף‪ 12 .‬האָט ער צו מיר געזאָגט‪ :‬האָסטו געזען‪ ,‬מענטשנקינד‪ ,‬װאָס‬
‫די עלטסטע פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל טוען אין דער פֿינצטערניש‪,‬‬
‫איטלעכער אין ז ַײנע בילדערקאַמערן? װאָרום זײ זאָגן‪ :‬גאָט זעט‬
‫אונדז ניט‪ ,‬פֿאַרלאָזן האָט גאָט דאָס לאַנד‪ 13 .‬און ער האָט צו מיר‬
‫געזאָגט‪ :‬װעסט נאָך װ ַײטער זען גרעסערע אומװערדיקײטן װאָס זײ‬
‫טוען‪ 14 .‬און ער האָט מיך געבראַכט צו דעם טױערא ַײנגאַנג פֿון‬
‫גאָטס הױז װאָס צו צפֿון‪ ,‬ערשט דאָרטן זיצן די װ ַײבער און באַװײנען‬
‫ַתּמוּזן‪ 15 .‬האָט ער צו מיר געזאָגט‪ :‬האָסטו געזען‪ ,‬מענטשנדיקנד?‬
‫װעסט נאָך װ ַײטער זען גרעסערע אומװערדיקײטן װי די דאָזיקע‪.‬‬
‫‪ 16‬און ער האָט מיך געבראַכט צו דעם אינעװײניקסטן הױף פֿון‬
‫גאָטס הױז‪ ,‬ערשט ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון גאָטס טעמפּל‪ ,‬צװישן דעם‬
‫פּאָליש און דעם מזבח‪ ,‬ז ַײנען אַרום פֿינף און צװאַנציק מאַן‪ ,‬מיט‬
‫זײערע רוקנס צום טעמפּל פֿון גאָט‪ ,‬און זײערע פּנימער צו מזרח‪,‬‬
‫און זײ בוקן זיך קעגן מזרח צו דער זון‪ 17 .‬האָט ער צו מיר געזאָגט‪:‬‬
‫האָסטו געזען‪ ,‬מענטשנקינד? קנאַפּ איז דעם הױז פֿון יהוּדה צו טאָן‬
   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24