Page 16 - Yekhezkel
P. 16
יחזקאל
נאָנט איז דער טאָג פֿון מהומה,
און אױס דער געהילך פֿון די בערג.
8אַצונד באַלד װעל איך אױסגיסן מ ַײן גרימצאָרן אױף דיר,
און אױסלאָזן אױף דיר מ ַײן כּעס,
און דיך משפּטן לױט ד ַײנע װעגן,
און פֿאַרגעלטן אױף דיר אַלע ד ַײנע אומװערדיקײטן.
9און מ ַײן אױג װעט ניט שױנען,
און איך װעל ניט דערבאַרימען;
לױט ד ַײנע װעגן װעל איך פֿאַרגעלטן אױף דיר,
און ד ַײנע אומװערדיקײטן װעלן אין ד ַײן מיט בל ַײבן;
און איר װעט װיסן אַז איך יהוה טו שלאָגן.
10אָט איז דער טאָג,
אָט קומט עס!
אױסגעפֿאַלן איז די רײ,
געשפּראָצט האָט דער שטעקן,
געבליט האָט די מוטװיליקײט.
11אומרעכט איז אױסגעװאַקסן
אין אַ שטעקן פֿון שלעכטיקײט;
ניט פֿון זײ קומט אַרױס,
און ניט פֿון זײער געזעמל,
און ניט פֿון זײער געטומל;
און ניטאָ קײן געהױבנקײט אין זײ.
12געקומען איז די צ ַײט,
דערגרײכט האָט דער טאָג;
דער קױפֿער זאָל זיך ניט פֿרײען,
און דער פֿאַרקױפֿער זאָל ניט טרױערן,
װאָרום אַ גרימצאָרן איז אױף איר גאַנצן געזעמל.
13װאָרום דער פֿאַרקױפֿער װעט צום פֿאַרקױפֿטן
אין ז ַײן לעבנס לעבן זיך ניט אומקערן;
װ ַײל אַ זעונג איז אױף איר גאַנצן געזעמל,
עס זאָל זיך ניט אומקערן;
און פֿון װעגן ז ַײן זינד אין ז ַײן לעבן
װעט זיך קײנער ניט דערהאַלטן.
14געבלאָזן דעם האָרן,
און אָנגעברײט אַלצדינג,