Page 12 - Yekhezkel
P. 12

‫יחזקאל‬

                       ‫‪ 8‬דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט‪:‬‬
                                      ‫זע‪ ,‬איך אױך קום אױף דיר‪,‬‬

                                  ‫און װעל טאָן אַ משפּט אין דיר‬
                                   ‫פֿאַר די אױגן פֿון די פֿעלקער‪.‬‬

       ‫‪ 9‬און איך װעל טאָן אױף דיר װאָס איך האָב ניט געטאָן‪,‬‬
                           ‫פֿון װעגן אַלע ד ַײנע אומװערדיקײטן‪.‬‬

            ‫‪ 10‬דרום װעלן עלטערן עסן זײערע קינדער אין דיר‪,‬‬
                          ‫און קינדער װעלן עסן זײערע עלטערן‪,‬‬
                           ‫און איך װעל טאָן אַ משפּט אױף דיר‪,‬‬

‫און אַל ד ַײן איבערבל ַײב װעל איך צעשפּרײטן אױף אַלע װינטן‪.‬‬
                ‫‪ 11‬דרום אַזױ װי איך לעב‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר‪,‬‬

     ‫פֿאַר װאָר‪ ,‬װ ַײל דו האָסט מ ַײן הײליקטום פֿאַראומרײניקט‬
                                     ‫מיט אַלע ד ַײנע מיאוסקײטן‬

                            ‫און מיט אַלע ד ַײנע אומװערדיקײטן‪,‬‬
                            ‫דרום װעל איך אױך דיך פֿאַרמינערן‪,‬‬

                                  ‫און מ ַײן אױג װעט ניט שױנען‪,‬‬
                            ‫און איך אױך װעל ניט דערבאַרימען‪.‬‬
              ‫‪ 12‬אַ דריט‪-‬חלק פֿון דיר װעלן פֿון פּעסט שטאַרבן‪,‬‬

                                ‫און אױסגײן פֿון הונגער אין דיר‪,‬‬
    ‫און אַ דריט‪-‬חלק װעלן דורכן שװערד פֿאַלן רונד אַרום דיר‪,‬‬

        ‫און אַ דריט‪-‬חלק װעל איך אױף אַלע װינטן צעשפּרײטן‪,‬‬
                 ‫און אַ שװערד װעל איך אַרױסצ ִיען הינטער זײ‪.‬‬
                                  ‫‪ 13‬און מ ַײן כּעס װעט אױסגײן‪,‬‬
                   ‫און איך װעל באַרוען מ ַײן גרימצאָרן אױף זײ‪,‬‬
                                        ‫און איך װעל מיך שטילן;‬
                                  ‫און זײ װעלן װיסן אַז איך יהוה‬
                               ‫האָב גערעדט אין מ ַײן פֿאַרדראָס‪,‬‬
                      ‫װען איך לאָז אױס מ ַײן גרימצאָרן אױף זײ‪.‬‬

     ‫‪ 14‬און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ חורבן און פֿאַר אַ חרפּה‬
                        ‫צװישן די פֿעלקער װאָס רונד אַרום דיר‪,‬‬
                        ‫פֿאַר די אױגן פֿון איטלעכן פֿאַרב ַײגײער‪.‬‬

                ‫‪ 15‬און עס װעט ז ַײן אַ חרפּה און אַ לעסטערונג‪,‬‬
                                           ‫אַ מוסר און אַ שרעק‪,‬‬

                            ‫ב ַײ די פֿעלקער װאָס רונד אַרום דיר‪,‬‬
                                  ‫װען איך טו אַ משפּט אױף דיר‬

‫מיט כּעס און מיט גרימצאָרן און מיט שטראָפֿן פֿון גרימצאָרן –‬
   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16   17