Page 13 - Yekhezkel
P. 13
יחזקאל
איך יהוה האָב גערעדט;
16װען איך שיק אָן אױף זײ די בײזע פֿ ַײלן פֿון הונגער
װאָס ז ַײנען אױף אומצוברענגען,
װאָס איך װעל זײ שיקן א ַײך אומצוברענגען;
און הונגער װעל איך מערן אױף א ַײך,
און װעל א ַײך צעברעכן דעם אונטערלען פֿון ברױט.
17און איך װעל אָנשיקן אױף א ַײך הונגער און בײזע חיות,
און זײ װעלן דיך אָן קינדער לאָזן;
און פּעסט און בלוט װעט דורכגײן דורך דיר,
און אַ שװערד װעל איך ברענגען אױף דיר.
איך יהוה האָב גערעדט.
1און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
2מענטשנקינד ,טו ד ַײן פּנים צו די בערג פֿון ישׂראל,ו
און זאָג נבֿיאות צו זײ,
3און זאָלסט זאָגן :איר בערג פֿון ישׂראל,
הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט דעם האַר:
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר
צו די בערג און צו די הײכן,
צו די גראָבנס און צו די טאָלן:
זעט ,איך ברענג אױף א ַײך אַ שװערד,
און װעל אונטערברענגען א ַײערע ָבמות.
4און פֿאַרװיסט װערן װעלן א ַײערע מזבחות,
און צעבראָכן װערן װעלן א ַײערע זונז ַײלן;
און איך װעל מאַכן פֿאַלן א ַײערע דערשלאָגענע
פֿאַר א ַײערע אָפּגעטער.
5און איך װעל אַהינטאָן די פָּגרים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל
פֿאַר זײערע אָפּגעטער,
און איך װעל צעשפּרײטן א ַײערע בײנער
רונד אַרום א ַײערע מזבחות.
6אין אַלע א ַײערע װױנערטער װעלן די שטעט חרובֿ װערן,
און די ָבמות װעלן פֿאַרװיסט װערן;
כּדי חרובֿ און װיסט װערן זאָלן א ַײערע מזבחות,
און צעבראָכן און צעשטערט װערן זאָלן א ַײערע אָפּגעטער,