Page 18 - Yekhezkel
P. 18
יחזקאל
23גרײט צו די קײטן,
װאָרום דאָס לאַנד איז פֿול מיט בלוטשולד,
און די שטאָט איז פֿױל מיט אומרעכט.
24און איך װעל ברענגען די ערגסטע פֿון די פֿעלקער,
און זײ װעלן ַירשען זײערע ה ַײזער;
און איך װעל פֿאַרשטערן דעם שטאָלץ פֿון די שטאַרקע;
און פֿאַרשװעכט װערן װעלן זײערע הײליקטומען.
25אַ שױדערניש קומט,
און זײ װעלן זוכן שלום ,און עס װעט ניט ז ַײן.
26אַ בראָך אױף אַ בראָך װעט קומען,
און אַ הערונג נאָך אַ הערונג װעט ז ַײן;
און זײ װעלן זוכן אַ זעונג פֿון נבֿיא,
און די תּורה װעט פֿאַרלאָרן װערן פֿון כּהן,
און אַן עצה פֿון די זקנים.
27דער מלך װעט טרױערן,
און דער פֿירשט װעט זיך אָנקלײדן מיט װיסטקײט,
און די הענט פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד װעלן צעטומלט װערן;
לױט זײער װעג װעל איך טאָן מיט זײ,
און מיט זײערע משפּטים װעל איך זײ משפּטן;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.
1און עס איז געװען אין זעקסטן יאָר ,אין זעקסטן חודש ,אין
פֿינפֿטן טאָג פֿון חודש ,װי איך זיץ אין מ ַײן הױז ,און דיח
עלטסטע פֿון יהוּדה זיצן פֿאַר מיר ,אַזױ איז דאָרטן געפֿאַלן אױף מיר
די האַנט פֿון גאָט דעם האַר 2 .און איך האָב געזען ,ערשט אַ
געשטאַלט אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון פֿ ַײער :פֿון דעם אױסזען פֿון
ז ַײנע לענדן און אַראָפּ פֿ ַײער ,און פֿון ז ַײנע לענדן און אַרױף אַזױ װי
דאָס אױסזען פֿון גלאַנציקײט ,אַזױ װי דער אָנבליק פֿון בורשטין.
3און ער האָט אױסגעשטרעקט אַ געשטאַלט פֿון אַ האַנט ,און האָט
מיך אָנגענומען פֿאַר אַ לאָק פֿון מ ַײן קאָפּ ,און אַ װינט האָט מיך
געטראָגן צװישן ערד און צװישן הימל ,און האָט מיך געבראַכט
אין זעונגען פֿון גאָט קײן ירושלים ,צום א ַײנגאַנג פֿון דעם
אינעװײניקסטן טױער װאָס איז געקערט צו צפֿון ,װאָס דאָרטן איז