Page 20 - Yekhezkel
P. 20

‫יחזקאל‬

‫די אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן דאָ געטאָן‪ ,‬אַז זײ האָבן נאָך‬
‫אָנגעפֿילט דאָס לאַנד מיט אומרעכט‪ ,‬און האָבן מיך װידער און‬

      ‫װידער דערצערנט; און אָט לײגן זײ צו דעם צװ ַײג צו זײער נאָז‪.‬‬

                          ‫‪ 18‬דרום װעל איך אױך טאָן מיט גרימצאָרן;‬
                                             ‫מ ַײן אױג װעט ניט שױנען‪,‬‬

                                       ‫און איך װעל ניט דערבאַרימען;‬
                 ‫און זײ װעלן שר ַײען אין מ ַײן אױער אױף אַ הױך ָקול‪,‬‬

                                          ‫און איך װעל זײ ניט צוהערן‪.‬‬

‫‪ 1‬און אַ הױכער ָקול האָט אױסגערופֿן אין מ ַײן אױער‪ ,‬אַזױ צו‬

‫זאָגן‪ :‬מאַכט גענענען די װאָס ז ַײנען געזעצט אױף דער שטאָט‪,‬ט‬

‫און איטלעכן מיט ז ַײן צעשטערגעצ ַײג אין ז ַײן האַנט‪ 2 .‬ערשט זעקס‬
‫מענער ז ַײנען אָנגעקומען פֿון דעם װעג פֿון דעם אױבערשטן טױער‬
‫װאָס איז געקערט צו צפֿון‪ ,‬און איטלעכער מיט ז ַײן ברעכגעצ ַײג אין‬
‫ז ַײן האַנט‪ ,‬און אײן מאַן צװישן זײ אָנגעטאָן אין ל ַײנען מיט אַ‬
‫שר ַײבערס טינטהאָרן אױף ז ַײנע לענדן‪ .‬און זײ ז ַײנען געקומען‪ ,‬און‬
‫האָבן זיך געשטעלט לעבן דעם קופּערנעם מזבח‪ 3 .‬און די פּראַכט‬
‫פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון איבער דעם כּרובֿ‬
‫װאָס זי איז אױף אים געװען‪ ,‬צו דעם שװעל פֿון הױז; און ער האָט‬
‫גערופֿן צו דעם מאַן אָנגעטאָן אין ל ַײנען‪ ,‬װאָס אַ שר ַײבערס‬
‫טינטהאָרן איז געװען אױף ז ַײנע לענדן‪ 4 .‬און גאָט האָט צו אים‬
‫געזאָגט‪ :‬גײ דורך אין מיטן שטאָט‪ ,‬אין מיטן ירושלים‪ ,‬און זאָלסט‬
‫אָנצײכענען אַ צײכן אױף די שטערנס פֿון די מענטשן װאָס זיפֿצן און‬
‫קרעכצן אױף אַלע אומװערדיקײטן װאָס װערן געטאָן אין איר‪ 5 .‬און‬
‫צו יענע האָט ער געזאָגט פֿאַר מ ַײנע אױערן‪ :‬גײט דורך אין שטאָט‬
‫הינטער אים‪ ,‬און שלאָגט; א ַײער אױג זאָל ניט שױנען‪ ,‬און איר זאָלט‬
‫ניט דערבאַרימען‪ 6 .‬אַ זקן‪ ,‬אַ בחור און אַ מײדל‪ ,‬און קלײנע קינדער‬
‫און װ ַײבער‪ ,‬זאָלט איר הרגען צום טױט‪ ,‬נאָר צו קײן מענטשן װאָס‬
‫אױף אים איז דער צײכן‪ ,‬זאָלט איר ניט גענענען; און פֿון מ ַײן‬
‫הײליקטום זאָלט איר אָנהײבן‪ .‬האָבן זײ אָנגעהױבן פֿון די אַלטע ל ַײט‬
‫װאָס פֿאַרן הױז‪ 7 .‬און ער האָט צו זײ געזאָגט‪ :‬פֿאַראומרײניקט דאָס‬
‫הױז‪ ,‬און פֿילט אָן די הױפֿן מיט דערשלאָגענע; גײט אַרױס! און זײ‬
‫ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬און האָבן געשלאָגן אין שטאָט‪ 8 .‬און עס איז‬
   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24   25