Page 17 - Yekhezkel
P. 17

‫יחזקאל‬

                               ‫און ניטאָ װער זאָל גײן אױף מלחמה;‬
               ‫װאָרום מ ַײן גרימצאָרן איז אױף איר גאַנצן געזעמל‪.‬‬

                                              ‫‪ 15‬דערױסן די שװערד‪,‬‬
                         ‫און אינעװײניק די פּעסט און דער הונגער;‬
                  ‫דער װאָס אין פֿעלד װעט דורכן שװערד שטאַרבן‪,‬‬
  ‫און דער װאָס אין שטאָט‪ ,‬װעט אים הונגער און פּעסט אױפֿעסן‪.‬‬
                         ‫‪ 16‬און זײערע אַנטרונענע װעלן אַנטרינען‪,‬‬

                                        ‫און װעלן ז ַײן אױף די בערג‪,‬‬
                                               ‫װי טױבן פֿון די טאָלן‪,‬‬

                                         ‫װאָס אַלע טוען זײ ברומען;‬
                                       ‫איטלעכער פֿון װעגן ז ַײן זינד‪.‬‬
                                   ‫‪ 17‬אַלע הענט װעלן שלאַף װערן‪,‬‬
                             ‫און אַלע קני װעלן רינען מיט װאַסער‪.‬‬
                              ‫‪ 18‬און זײ װעלן אָנגורטן זאַקקלײדער‪,‬‬
                                    ‫און אַ שױדער װעט זײ באַדעקן‪,‬‬
                           ‫און אױף אַלע פּנימער װעט ז ַײן אַ בושה‪,‬‬
                                 ‫און אױף אַלע זײערע קעפּ אַ פּליך‪.‬‬
              ‫‪ 19‬זײער זילבער װעלן זײ אױף די גאַסן אַרױסװאַרפֿן‪,‬‬
                       ‫און זײער גאָלד װעט אַן אומרײניקײט װערן‪,‬‬
        ‫זײער זילבער און זײער גאָלד װעט זײ ניט קענען מציל ז ַײן‬
                                      ‫אין טאָג פֿון גאָטס גרימצאָרן;‬
                                     ‫זײער ל ַײב װעלן זײ ניט אָנזעטן‬
                        ‫און זײערע אינגעװײד װעלן זײ ניט אָנפֿילן;‬
              ‫װאָרום די שטרױכלונג צו זײער זינד איז דאָס געװען‪,‬‬
‫‪ 20‬און זײער שײנע צירונג װאָס זײ האָבן פֿאַר אַ שטאָלץ געמאַכט;‬
                   ‫און בילדער פֿון זײערע מיאוסע אומװערדיקײטן‬
                                    ‫האָבן זײ דערפֿון אױסגעאַרבעט;‬
                       ‫דרום מאַך איך עס זײ פֿאַר אַן אומרײניקײט‪.‬‬
    ‫‪ 21‬און איך װעל עס געבן אין דער האַנט פֿון פֿרעמדע צו רױב‪,‬‬
                          ‫און צו די שלעכטע פֿון דער ערד צו פֿאַנג‪,‬‬
                                       ‫און זײ װעלן עס פֿאַרשװעכן‪.‬‬
                        ‫‪ 22‬און איך װעל אָפּדרײען מ ַײן פּנים פֿון זײ‪,‬‬
                      ‫און מע װעט פֿאַרשװעכן מ ַײן פֿאַרבאָרגעניש;‬
                              ‫יאָ‪ ,‬א ַײנברעכער װעלן קומען אין איר‪,‬‬

                                            ‫און װעלן זי פֿאַרשװעכן‪.‬‬
   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22