Page 14 - Yekhezkel
P. 14
יחזקאל
און אָפּגעהאַקט װערן זאָלן א ַײערע זונז ַײלן,
און אױסגעמעקט װערן זאָלן א ַײערע װערק.
7און פֿאַלן װעלן דערשלאָגענע צװישן א ַײך,
און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.
8אָבער איך װעל לאָזן אַן איבערבל ַײב:
אַז איר זאָלט האָבן אַנטרונענע פֿון שװערד צװישן די פֿעלקער,
װען איר װערט צעשפּרײט אין די לענדער.
9און א ַײערע אַנטרונענע װעלן מיך דערמאָנען
צװישן די פֿעלקער װאָס זײ ז ַײנען געפֿאַנגען געװאָרן אַהין,
װי אַזױ איך בין געװען צעבראָכן
פֿון װעגן זײער פֿאַרפֿירטן האַרצן
װאָס האָט זיך אָפּגעקערט פֿון מיר,
און פֿון װעגן זײערע אױגן
װאָס ז ַײנען געװען פֿאַרפֿירט נאָך זײערע אָפּגעטער;
און זײ װעלן זיך עקלען פֿאַר זיך אַלײן,
װעגן די בײזן װאָס זײ האָבן געטאָן
ב ַײ אַלע זײערע אומװערדיקײטן.
10און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה;
ניט אומזיסט האָב איך גערעדט
זײ צו טאָן דאָס דאָזיקע בײז.
11אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
פּאַטש מיט ד ַײן האַנט,
און קלאַפּ מיט ד ַײן פֿוס,
און זאָג :װײ אױף אַלע בײזע אומװערדיקײטן
פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל;
װאָרום פֿון שװערד ,פֿון הונגער,
און פֿון פּעסט ,װעלן זײ פֿאַלן.
12דער װ ַײטער װעט פֿון פּעסט שטאַרבן,
און דער נאָנטער װעט פֿון שװערד פֿאַלן,
און דער געבליבענער און באַלעגערטער
װעט פֿון הונגער שטאַרבן:
און איך װעל אױסלאָזן מ ַײן גרימצאָרן אױף זײ.
13און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה,
װען זײערע דערשלאָגענע װעלן ז ַײן צװישן זײערע אָפּגעטער
רונד אַרום זײערע מזבחות,