Page 9 - Yekhezkel
P. 9
יחזקאל
1און דו מענטשנקינד ,נעם דיר אַ ציגל,ד
און זאָלסט אים אַװעקלײגן פֿאַר דיר,
און אױסקריצן אױף אים אַ שטאָט – ירושלים.
2און זאָלסט מאַכן אױף איר אַ באַלעגערונג,
און בױען אַרום איר אַ באַלעגערמױער,
און אָנשיטן אַרום איר אַן ערדװאַל,
און שטעל אַקעגן איר מחנות;
און טו אַקעגן איר שטורעמבעק רונד אַרום.
3און דו נעם דיר אַן א ַײזערנע פֿאַן,
און זאָלסט זי שטעלן װי אַן א ַײזערנע װאַנט
צװישן דיר און צװישן דער שטאָט;
און זאָלסט קערן ד ַײן פּנים צו איר,
און זי זאָל ז ַײן אין באַלעגערונג,
און דו זאָלסט זי באַלעגערן.
אַ צײכן איז דאָס פֿאַר דעם הױז פֿון ישׂראל.
4און דו ליג אױף ד ַײן לינקער ז ַײט,
און זאָלסט אַרױפֿטאָן אױף איר
די זינד פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל;
די צאָל טעג װאָס דו װעסט ליגן אױף איר,
װעסטו טראָגן זײערע זינד.
5און איך האָב דיר געמאַכט די יאָרן פֿון זײערע זינד
אַקעגן דער צאָל טעג – דר ַײ הונדערט און נ ַײנציק טעג;
און װעסט טראָגן די זינד פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל.
6און אַז דו װעסט ענדיקן די דאָזיקע,
זאָלסטו װידער ליגן אױף ד ַײן רעכטער ז ַײט,
און טראָגן די זינד פֿון דעם הױז פֿון יהוּדה פֿערציק טעג:
אַ טאָג פֿאַר אַ יאָר,
אַ טאָג פֿאַר אַ יאָר האָב איך עס דיר געמאַכט.
7און צו דער באַלעגערונג פֿון ירושלים,
זאָלסטו קערן ד ַײן פּנים
מיט ד ַײן אָרעם אַנטבלױזט,
און זאָלסט נבֿיאות זאָגן אױף איר.
8און זע ,איך טו אַרױף אױף דיר שטריק,
און װעסט זיך ניט אומדרײען
פֿון אײן ז ַײט אױף דער אַנדערער,
ביז דו ענדיקסט די טעג פֿון ד ַײן באַלעגערונג.