Page 5 - Yekhezkel
P. 5
יחזקאל
װאָס האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר;
זײ און זײערע עלטערן האָבן געבראָכן אָן מיר
אַזש ביז ה ַײנטיקן טאָג.
4און די קינדער האָבן פֿאַרש ַײטע פּנימער און האַרטע הערצער:
צו זײ שיק איך דיך ,און זאָלסט זאָגן צו זײ:
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר;
5און זײ ,ס ַײ זײ װעלן הערן,
און ס ַײ זײ װעלן פֿאַרמ ַײדן –
װאָרום אַ װידערשפּעניק געזינדל ז ַײנען זײ –
זאָלן זײ װיסן אַז אַ נבֿיא איז געװען צװישן זײ.
6און דו מענטשנקינד,
זאָלסט ניט מורא האָבן פֿאַר זײ,
און ניט מורא האָבן פֿאַר זײערע רײד,
הגם דערנער און שטעכגעװעקס ז ַײנען אַרום דיר,
און צװישן שקאָרפּיאָנען טוסטו זיצן;
פֿאַר זײערע רײד זאָלסטו ניט מורא האָבן,
און פֿאַר זײער פּנים זאָלסטו ניט אַנגסטן;
װאָרום אַ װידערשפּעניק געזינדל ז ַײנען זײ.
7און זאָלסט רעדן מ ַײנע װערטער צו זײ,
ס ַײ זײ װעלן הערן,
און ס ַײ זײ װעלן פֿאַרמ ַײדן;
װאָרום לױטער װידערשפּעניקײט ז ַײנען זײ.
8און דו מענטשנקינד ,הער װאָס איך רעד צו דיר;
זאָלסט ניט װידערשפּעניק ז ַײן
װי דאָס װידערשפּעניקע געזינדל;
מאַך אױף ד ַײן מױל ,און עס װאָס איך גיב דיר.
9און איך האָב אַ קוק געטאָן ,ערשט אַ האַנט איז אױסגעשטרעקט
צו מיר ,און זע ,אין איר איז געװען אַ מגילה פֿון אַ בוך 10 .און ער
האָט זי אױסגעשפּרײט פֿאַר מיר ,און זי איז געװען באַשריבן פֿון
אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק ,און אױף איר איז געװען אָנגעשריבן
קלאָגן און זיפֿצעניש און װײ.