Page 4 - Yekhezkel
P. 4

‫יחזקאל‬

‫‪ 22‬און איבער די קעפּ פֿון די חיות איז געװען די געשטאַלט פֿון אַ‬
‫הימל‪ ,‬אַזױ װי דער אָנבליק פֿון מוראדיקן א ַײז‪ ,‬אױסגעשפּרײט‬
‫איבער זײערע קעפּ פֿון אױבן‪ 23 .‬און אונטער דעם הימל ז ַײנען‬
‫געװען זײערע פֿליגלען‪ ,‬אײנער גל ַײך אַקעגן אַנדערן; צו צװײ פֿון‬
‫איטלעכער פֿון זײ האָבן צוגעדעקט‪ ,‬צו צװײ פֿון איטלעכער פֿון זײ‬
‫האָבן צוגעדעקט זײערע ל ַײבער‪ 24 .‬און אַז זײ ז ַײנען געגאַנגען‪ ,‬האָב‬
‫איך געהערט דאָס גערױש פֿון זײערע פֿליגלען‪ ,‬אַזױ װי דאָס גערױש‬
‫פֿון גרױסע װאַסערן‪ ,‬אַזױ װי דער ָקול פֿון אַלמאַכטיקן‪ ,‬אַ טומלדיק‬
‫גערױש‪ ,‬אַזױ װי דאָס גערױש פֿון אַ מחנה; אַז זײ האָבן זיך‬
‫אָפּגעשטעלט‪ ,‬האָבן זײ אַראָפּגעלאָזט זײערע פֿליגלען‪ 25 .‬און עס איז‬
‫געװאָרן אַ גערױש איבער דעם הימל װאָס אױף זײערע קעפּ‪ ,‬אַז זײ‬

               ‫האָבן זיך אָפּגעשטעלט‪ ,‬אַראָפּלאָזנדיק זײערע פֿליגלען‪.‬‬

‫‪ 26‬און איבער דעם הימל װאָס אױף זײערע קעפּ איז געװען אַזױ װי‬
‫דאָס אױסזען פֿון סאַפּירשטײן‪ ,‬די געשטאַלט פֿון אַ טראָן; און אױף‬
‫דער געשטאַלט פֿון דעם טראָן אַ געשטאַלט אַזױ װי דאָס אױסזען‬
‫פֿון אַ מענטשן‪ ,‬אױבן אױף אים‪ 27 .‬און איך האָב געזען אַזױ װי דעם‬
‫אָנבליק פֿון בורשטין‪ ,‬מיט אַן א ַײנראַם דערצו רונד אַרום אַזױ װי‬
‫דאָס אױסזען פֿון פֿ ַײער‪ ,‬פֿון דעם אױסזען פֿון ז ַײנע לענדן און אַרױף;‬
‫און פֿון דעם אױסזען פֿון ז ַײנע לענדן און אַראָפּ האָב איך געזען אַזױ‬
‫װי דאָס אױסזען פֿון פֿ ַײער‪ ,‬מיט אַ ש ַײן רונד אַרום אים‪ 28 .‬אַזױ װי‬
‫דאָס אױסזען פֿון רעגנבױגן װאָס איז אין װאָלקן אין אַ טאָג פֿון‬
‫רעגן‪ ,‬אַזױ איז געװען דאָס אױסזען פֿון דעם ש ַײן רונד אַרום‪ .‬דאָס‬
‫איז געװען דאָס אױסזען פֿון דער געשטאַלט פֿון גאָטס פּראַכט‪ .‬און‬
‫װי איך האָב עס געזען‪ ,‬אַזױ בין איך געפֿאַלן אױף מ ַײן פּנים‪ ,‬און איך‬

                         ‫האָב געהערט אַ ָקול פֿון אײנעם װאָס רעדט‪.‬‬

‫‪ 1‬און ער האָט צו מיר געזאָגט‪ :‬מענטשנקינד‪ ,‬שטעל זיך אױף‬

‫ד ַײנע פֿיס‪ ,‬און איך װעל רעדן מיט דיר‪ 2 .‬און אַ ג ַײסט איז אַר ַײןב‬

‫אין מיר‪ ,‬װי ער האָט גערעדט צו מיר‪ ,‬און האָט מיך אױפֿגעשטעלט‬
‫אױף מ ַײנע פֿיס‪ ,‬און איך האָב געהערט דעם װאָס רעדט צו מיר‪.‬‬

                                        ‫‪ 3‬און ער האָט צו מיר געזאָגט‪:‬‬

                 ‫מענטשנקינד‪ ,‬איך שיק דיך צו די קינדער פֿון ישׂראל‪,‬‬
                                         ‫צו די װידערשפּעניקע שבֿטים‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9